328
ז. סמי מרפא, זריקות וכו'
... תקותי שלעת קבלת מכתבי זה הוטב מצב בריאות כל המשפחה והיא עצמה בכלל ובהנוגע להמיגרענע שסובלת מהם, הנה נוסף על הסמי מרפא שנתרבו בזמנים האחרונים ומהם סוגים שונים של. כדאי הי' שתשיג מזוזה קטנה שבדקו אותה וכשרה היא ותכרוך אותה לבד על גבי לבד איזה פעמים ותשא את המזוזה עמה (מובן בעת שמותר לשאת, משא"כ בשבת ברשות הרבים) שבודאי ישפיע זה לטובה על בריאותה, ויצליחה השי"ת שביחד עם בעלה יבשרו טוב תמיד כל הימים.
(ממכתב י"ח טבת, תשט"ו)
אין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט און דעם געזונט פון די קינדער שי', און איך האָף אַז צו דער צייט פון באַקומען מיין דיזן בריף, איז שוין פיל בעסער.
וואָס איר שרייבט אַז איר ליידעט פון קאָפּ ווייטאָג, שרייבט איר ניט די דיאַגנאַזע פון די דאָקטוירים, און על פי רוב אין אַזאַ פאַל גיט מען פּילען (כדורים) וועלכע רופען זיך און אפשר איז כדאי צו פרעגען דעם דאָקטאָר ספּעציעל וועגען דעם, און אפשר גיט ער שוין דאָס.
אַלענספאַל, וואָס שטאַרקער איר וועט זיין אין בטחון בהשם יתברך וועלכער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות, אַלץ גיכער און בעסער וועט זיין דער געזונט, און בפרט באַ די וועלכע האָבען געזעהן די חסדים פון השם יתברך בגלוי
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.