300
ו. נתוח, וטפול באברים פרטיים
... לכתבו אודות חילוקי דיעות בין הרופאים בהנוגע לזוגתו תחי' וטפול המתאים.
ידוע אשר במקום ספק בהנוגע לנתוח איזה שיהי', שב ואל תעשה עדיף, והרופא כל בשר ומפליא לעשות ירפאה ויחזקה באופן המתאים וימלא משאלות לבבם לטובה. . .
(ממכתב כ"ט כסלו, תשכ"א)
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' פ' ויצא, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט צושטאַנד און די מיינונג פון דעם דאָקטאָר.
פאַרשטענדליך איז, וויבאַלד אַז ער זאָגט — דער דאָקטאָר — אַז אויב מען וועט אָנהאַלטען די דיעטאַ, קען מען אויסקומען אָן אַ אפּעראַציע אַ יאָר צוויי און מער, האָט ניט קיין אָרט צו טראַכטען וועגען אַ אפּעראַציע, און בפרט אַז פון צייט צו צייט קומען צו נייע וועגען אין דער באַהאַנדלונג פון אַזאַ צושטאַנד, און דעריבער איז זייער מעגליך אַז מען וועט אינגאַנצען ניט דאַרפען קיין אפּעראַציע, און דאָס ווענדעט זיך אין אייער זעלבסט קאָנטראָל, ניט אויפרעגען זיך און אָפּהיטען מער ווייניגער די דיעטאַ און אין אַלגעמיינעם די אָנווייזונגען פון דעם דאָקטאָר ספּעציאַליסט, און ווען איר וועט זיך אפילו נאָר אויף אַ קליינע ווייל אַריינטראַכטען אין וואָסערע ערטער מען איז געווען מיט אייניגע יאָר פריער, און אַז הונדערטער טויזענטער אידען געפינען זיך נאָך אויך היינט דאָרטען זייער אַבסטאנאווקע דאָרטען און אייערע דאָ, וועלען גאַנצענע טעג ניט גענוגענד זיין צו דאַנקען השם יתברך פאַר זיין חסד, און דענסטמאָל זעהט מען וואָס פאַר אַ קליינעם אָרט עס פאַרנעמען די שוועריגקייטן וועלכע זיינען פראַן איצטער קעגען די אויבען געזאָגטע חסדים פון השם יתברך, און איך בין זיכער אַז עס איז גאַנץ איבעריג צו ראספּראסטנייען אין דעם.
בברכה, אַזוי ווי עס איז דאָך איצטער דער חדש כסלו, וועלכער איז אַ חדש פון נסים און גוטעס, זאָלט איר אָנזאָגען גוטע בשורות אין דאָס אַלץ אויבען געזאָגטע, און אויך וועגען אייער מאַן און קינדער שיחיו.
בברכה לרפואה ולבשורות טובות.
(ממכתב ז' כסלו, תשי"ז)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.