294
בברכה צו בשורות טוב[ות] בכל הנ"ל, און דאָס זאָל זיין בהקדם האפשרי, און מען זאָל ניט דאַרפן אויף דעם קיין התעוררות פון מיין זייט.
(ממכתב י"ט מנ"א, תשט"ו)
... בכלל יעדער איד, און בפרט איינער וואָס האָט געלערנט אין אַ ליובאַוויטשער ישיבה, דאַרף זיך שטענדיק און אומעטום באַטראַכטן אַלס אַ שליח פון דעם אויבערשטן ית', וכמרז"ל (סוף קדושין) אני לא נבראתי אלא לשמש את קוני, און דאַרף זיך באַמיען משפיע צו זיין אויף חברים אידן אַז זיי זאָלן אויך קומען צו דער הכרה.
אַזוי ווי איר געפינט זיך אין. . ובפרט אין אַ קרייז פון אידישע סטודענטן, וואָס פיל פון זיי בליספק נויטיקן זיך אין גייסטיקע הילף, האָף איך אַז איר וועט עס האַלטן פאַר אייער תפקיד צו מקרב זיין [זיי] צו תורה און מצוות אין טאָגטעגלעכן לעבן. און בשעת דער אויבערשטער גיט אימיצן אַ תפקיד דורכצופירן, גיט ער אים אויך די כוחות דורכצופירן זיין שליחות, און דאָס איז בלויז אָפּהענגיק פון רצון הטוב.
סטודענטן פון מעדיצין בפרט, נעמענדיק אין אַכט אַז אפילו די וויסנשאַפט אַנערקענט איצט די וויכטיקייט פון, הערעדיטי' אין מענטשלעכן לעבן, דאַרף מען זיי מסביר זיין אַז דער געזונט פון דער נשמה באַ אַ אידן איז פאַרבונדן מיט דער תורה ירושה פון דער צייט פון מעמד הר סיני, און אַ איד קען ניט זיין גייסטיק געזונט און גאַנץ אויב [ער] ווערט חלילה אָפּגעריסן פון דעם מקור מיט וועלכע זיינע עלטערן און זיידעס זיינען במשך פון אומצייליגע דורות געווען ענג פאַרבונדן.
געפינענדיק זיך אין אַ סביבה וואו מען דאַרף אָנקומען צו סייעתא דשמייא אויסצוהיטן זיך פון דעם, לעומת זה', איז אַזוי ווי מדתו של הקב"ה איז מדה כנגד מדה, במילא דורך דעם וואָס איר וועט מקרב זיין אַנדערע צו תורה און מצוות, וועט השי"ת אייך געבן כוחות נוספים דורכצומאַכען אייער וועג בדרך התורה והמצוות ביראת שמים וקבלת עול צו פילן שטענדיק ואני קרבת א' לי טוב.
בברכה המח' לבשו"ט.
(ממכתב ו' מ"ח, תשט"ו)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.