293
אייער בריף און אַרויסהאָבען פון אייער ארט שרייבען אַז איר טוט אין דעם מיט וואַרימקייט און האַרציקייט, וואָס חאָטש פון יעדער דאָקטאָר פאָדערט זיך דאָס, אָבער צוגעבענדיק אַז ליידער זיינען פראַן אַזעלכע וואָס האָבען ניט מער ווי אַ געוויינלעכן צוגאַנג, איז אויך אפילו די וועלכע האָבען אַ וואַרימען און האַרציגען צוגאַנג, זיינען פראַן פילע פערשידענע שטופען, איז ווען מען זעהט אין דעם אַ צוגאָב, שטאַרקט דאָס די האָפנונג אַז שפּעטער וועט צוקומען נאָך און נאָך און דורך דעם וועט אויך צוקומען אין דער ווירקונג אויף דעם פּאַציענט.
אין דער זאַך זעלבסט ווייסט איר זיכער אַז אין צווישען צייט זיינען געווען ענדערונגען אין דעם צושטאַנד פון דעם פּאַציענט וועגען וועלכעס מען האָט מיר מודיע געווען און אויך האָט מען זיכער אייך איבערגעגעבען דעם אינהאַלט פון מיין ענטפער, וואָס [איז] איינשטימיג אויך צו אייער פאָרשלאַג, ער זאָל אויספאָלגען דאָס וואָס דאָקטוירים זאָגען. איך ערוואַרט ווייטערדיקע ידיעות והשם יתברך הרופא כל בשר ומפליא לעשות זאָל העלפען עס זאָל זיין גוטע בשורות.
זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאַם מאַכען, אַז רוחניות וגשמיות זיינען פאַרבונדען איינע מיט די אַנדערע, און אויך חכמת הרפואה אַנערקענט אַז דער געזונט פון קערפּער איז פאַרבונדען מיט דעם געזונט פון דער נשמה, און ניט נאָר מיט דער נשמה אין איינפאַכען זין נאָר אויך מיט דעם נפש האלקית, און דעריבער האָף [איך] אַז היילענדיק די פּאַציענטן לייגט איר אַכט אויף זייער צושטאַנד אין דאָס לעצטע און בַמיעהט זיך צו היילען אויך זייער נשמה נפש האלקית און ניט נאָר דעם גוף ונפש הבהמית, און אויב אפילו אייניגע פּאַציענטן פילען ניט דאָס נויט בזה און שטעלען זיך אפילו געגען, איז דאָך דאָס אַליין דער ריכטיגער באַווייז אַז זיי נויטיגען זיך אין אַ נאָך גרעסערער מאָס רפואה אין דעם, ויהי רצון אַז אויך אין דעם זאָלט איר מצליח זיין. . .
(ממכתב כ"ה שבט, תשי"ז)
אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ב מנ"א, ת"ח פאַר דער גוטער בשורה פון דעם געזונט בעסערונג פון פב"פ תי' און השי"ת זאָל אייך מזכה און מצליח זיין אַז איר זאָלט בקרוב אָנזאָגן אַז דער מצב איז נאָך בעסער, אויך אין די אַנדערע ענינים וועגן וועלכע איר שרייבט אין אייער בריף. און זעלבסט פאַרשטענדליך אַז דער מצב ברוחניות איז ניט נאָר בכלל זה, נאָר פון די עיקר'דיגע חלקים אין דעם, וואָרום נוסף אויף דעם וואָס ישראל גוי אחד בארץ, קען מען ניט פאַנאַנדערטיילן דעם רוחניות לעבן פון גשמיות'דיקן, איז דאָך גאָר רוחניות פריער, וכסדר השתלשלות העולמות. ואפילו אין עולם הזה הגשמי, ווי דער סדר פון אַ אידן אין טאָג טעגליכן לעבן: תפלה תורה דרך ארץ — ווי דער פסק פון שולחן ערוך איז.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.