289

דאָ רפואות און מעטאָדען דורך וועלכע מען היילט מענשן, ניט וויסענדיג ווי אַזוי און פאַרוואָס דאָס היילט, און פונדעסטוועגען טוט מען דאָס, וויילע מען זעהט, אַז דאָס בריינגט נוצען און הילף, און אַזוי איז אויך בנוגע צו תורה ומצות, אַז דער עיקר איז ניט דער פאַרשטיין, נאָר דער טאָן דאָס, און די זיכערקייט אַז דאָס איז אַזוי, און ווי מיר זעהען אין דער היסטאָריע פון אידישן פאָלק, אַז ניט קוקענדיג אויף אַלע רדיפות און צרות וועלכע די פעלקער האָבען צוגעטראַכט און געטאָן צו אידען, זיינען דאָך אידען געבליבען און לעבען, אָט אַזוי איז אויך באַ דעם פרט (אינדיווידועלן) אידן, איז דער אָנהאַלט אין תורה ומצות דאַרף זיין דער עיקר, און ניט שטעלען קיינע תנאים צו דעם אויבערשטען וועלכער איז דער גרעסטער דאָקטאָר, אַז פריער זאָל מען פאַרשטיין ווי וועט ווירקען די רפואות, און דערנאָך וועט ער נעמען די רפואה, נאָר מען געטרויט דעם ד"ר און פּראָפעסאָר, אָט אַזוי דאַרף זיין דער צוגאַנג פון אַ אידען צו תורה ומצות, און דאָס מאַכט געזונט אַ אידן אין זיין נשמה און אויך זיין קערפּאַר.

בברכה שיבשר בשורה שמרגיש הטבה בבריאותו.

(ממכתב א' שבט, תשי"ב)

... אייער זון שי' האט מיר איבערגעגעבן אז אייער טאכטער. . . פילט צייטענווייז ניט גוט. . . געוויס איז זי געווען בא א דאקטאר און פאלגט אויס וואס ער זאגט. זי בענטשט דאך ליכט יעדער ערב שבת ויום טוב, דארפן אויך זען אז לכל הפחות ביז זי וועט ווערן אכצען יאהר אלט זאל זי פאר ליכט בענטשן אריינווארפן דריי מטבעות אויף צדקה אין א פושקע פון ר' מאיר בעל הנס, אויך וואלט געווען גוט ווען איר זאגט יעדן טאג ביז ראש השנה, דעם קאפיטל ע"א פון תהלים.

אויך האט מיר איבערגעגעבן אייער זון שי' וועגן זיין טאנטע. . . אז זי איז ניט באם בעסטן געזונט, מ'דארף איר אויך איבערגעבן הנ"ל וועגן אויספאלגן וואס א ספעציאליסט א דאקטאר וועט איר הייסן טאן און אריינווארפן דריי מטבעות אין פושקע פון רמבעה"נ פאר ליכט בענטשן און לכל הפחות איינמאל א וואך זאל זי געבן אפעסן אן אידן (א אורח, אדער אן ארעמאן).

היילן היילט דער אויבערשטער ער מאכט עס טיילווייז דורך א דאקטאר, אבער די הויפט מעדעצין פאר אידן האט ער באשטימט זאל זיין צדקה, מעשים טובים און א קאפיטל תהלים. איך האף צו הערן פון אייך אז אייער געזונט האט זיך פארבעסערט און ווערט אלץ בעסער.

(ממכתב ג' מנ"א, ה'שי"ת)

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.