288

ה. תומ"צ ורפואת הנפש מביאים רפואת הגוף*

דורך. . האָב איך ערהאַלטען זיינער צייט די ידיעה וועגען דער מיינונג פון די דאָקטוירים וועגען אייער געזונט, און היינט האָב איך ערהאַלטען זיין גוטע ידיעה פון וועלכער עס האָט מיר געפרייט צו הערען אַז די אַפּעראַציע איז געווען כשורה און השם יתברך זאָל העלפען אַז אייער צושטאַנד זאָל פון צייט צו צייט פאַרבעסערט ווערען ביז איר וועט קענען אָנזאָגען אַז אייער געזונט איז אינגאַנצען פאָלקאָם.

אָבער בכדי אויף קאָנען אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך דאַרפמען האָבען גוטע כלים אין וואָס עס זאָלן אָנהאַלטען די ברכות השם יתברך און באַ אידען זיינען די כלים, תורה ומצות, און איך האָף אַז אויך איר וועט בלי נדר נעמען אויף זיך, צו אָנהאַלטען זיך שטאַרקער אין תורה ומצות, און וואָס מער שטאַרקער און אָפטער איר וועט אַזוי טאָן, אַלעס מערער און גיכער וועט השי"ת שיקען זיינע ברכות צו אייך, און בפרט וויל איך אייך פאָרשלאָגען צו זיין אָפּגעהיט צו לייגען תפילין אַלע טאָג און נאָך דעם דאַוונען זאָגען אַ פּאָר קאַפּיטלעך תהלים, און פאַרן לייגען די תפילין, זאָלט איר געבען אַ פּאָר פראַנק אויף צדקה.

אויך זאָלט איר זעהען באַווירקען אייערע ברידער שי' אַז זיי זאָל[ן] אויך לייגען תפילין (אויסער שבת און יום טוב) און איר דאַרפט אים ערקלערען, אַז ער אַלס דאָקטאָר ווייס אויף וויפיל עס ווענדעט זיך דער געזונט פון דעם קערפּאַר אָן דער געזונטקייט פון דער נשמה וועלכע ווירקט דורך דעם ניערווען סיסטעם אַז זיי זאָלען זיין שטאַרק און מוטיג, אויך ער אַלס דאָקטאָר ווייס זיכער, וויפיל עס זיינען

הערות

  1. *. וראה גם לקמן ע' 17316. ע' 3322. ועוד

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.