284
לויט מיין מיינונג זעה איך פון דעם ניט קיין אונטערשייד אין דער ערציהונג פון אייער טאָכטער, וואָס די טעסטען זאָלן ניט ווייזן און ווי באַלד אַז דאָס בריינגט ניט קיין נוצען, איז דאָך אויף וויפיל עס זאָל ניט זיין אונשעדליך די טעסטן, אָבער דאָס ווערט דאָך געטאָן דורך עלעקטרי נעבען קאָפּ און ענליכעס, איז שווער צו פאָראויסזאָגען צי דאָס וועט ניט בריינגען קיין היזק חלילה, און אַזעלכע זאַכן טוט מען נאָר דאַן ווען מען איז געצוואונגען אין דעם, און בפרט אַז די אַלע טעסטען איז נאָך ניט קיין זיכערער באַווייז, וואָרום דאָס איז ערשט אַ פּאָר יאָר אַז מען האָט דאָס אויפגעטאָן, און האַלב טאַפּט מען אין דער פינסטער, איר דאַרפט נעמען אין אַכט אויך דאָס, אַז איר אַליין האָט דאָך אויך געזעהען אַז דאָקטוירים האָבען ניט געטראָפען מיט אייער טאָכטער און עס זעהט זיך אין איר אַ בעסערקייט מער וויפיל מען האָט גערעכנט און זיכער איז אַז אויך ווייטער וועט אַזוי אָנהאַלטען, במילא ווייס איך ניט צוליב וואָס דאַרפט איר פאַרלירן געלט און אָנשטריינגען זיך וועגען דעם בנוגע טעסטען וועלכע זיינען אָן אַ נוצען און אין בעסטן פאַל ניט מער ווי אָן היזק.
וואָס אַנבאַלאַנגט צום דאָקטאָרס פאָרשלאָג צו אַריינזעצן אייער טאָכטער אין אַ טשער וכו' איז מיין מיינונג אַז אין די אַלע זאַכען, ווען עס איז דאָ אויף דעם אַ צושטימונג פון צוויי דאָקטוירים קען מען זיך פאַרלאָזען אויף דעם, און השי"ת זאָל געבען די דאָקטוירים דעם ריכטיקען געדאַנק אויף דער ריכטיקער באַהאַנדלונג פאַר אייער טאָכטער שתליט"א און די דאָקטוירים זאָלען זיך באַנוצען מיט דעם כח וואָס די תורה האָט זיי געגעבען אויף צו היילען, אויף עפּעס אַנדערש זיינען זיי קיינע בעלי בתים, און ווען מען הערט פון אַ דאָקטאָר אַ שווערן וואָרט, דאַרפמען ניט לייגען קיין אַכט אויף דעם, און מען דאַרף דאָס אָננעמען ניט מער ווי פאַר אַ נסיון פון השי"ת וואָס ער ברוך הוא וויל אויספּרובען אייך און אייער מאַן הרב שיחיו אין דעם אמונה ובטחון בכח השי"ת, און וואָס מער איר וועט זיך שטאַרקען אין אייער בטחון בהשי"ת אַלץ פריער וועט איר זעהן מיט אייערע פליישיקע אויגען די געזונט בעסערונג פון אייער טאָכטער, און השם יתברך זאָל העלפען אייך און אייער מאַן הרב שי' אַז דאָס אַלעס זאָל קומען במהרה ממש.
איך רעכן אַז עס איז איבעריג צו ווידערהאַלן וואָס איך האָב שוין געשריבען, אַז אויף וויפיל עס איז מעגליך זאָלט איר איינטייל נעמען אין דער צוגרייטונג וואָס מען באַדאַרף צו אַ חסידישן פאַרבריינגען וועלכע קומט פאָר באַ אייך אין שטאָט, וואָס דאָס וועט אויך זיין אַ באַווייז אַז איר זייט זיכער אין דער הילף פון השי"ת אַז ער וועט זיכער דערפרייען אייער און אייער מאַנס הרב שי' הערצער.
בברכה לרוב נחת מבתה עם בעלה הרב שי'.
(ממכתב י"ב סיון, תשי"ב)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.