275

וויבאַלד אַז דאָס נעמט זיך פון תורה איז דאָס אַ טובה פאַר דעם גוף און דער נשמה צוגלייך. אויב אפילו מען פאַרשטייט דאָס ניט, אָדער עס דאַכט זיך אַנדערש, איז דאָס אויך ניט קיין וואונדער, וואָרום תורה איז דאָך חכמתו ורצונו של הקדוש ברוך הוא איז קיין וואונדער ניט, אַז ניט אַלץ וואָס שטייט אין דער תורה פאַרשטייט אַ מענטש, אָבער דער מענטש דאַרף מקיים זיין אַלץ וואָס אין תורה שטייט אפילו ניט פאַרשטייענדיק וסוף ההבנה לבוא.

איך האָף אַז דו וועסט אויספאָלגען דאָס אַלץ אויבען געזאָגטע, און טאָן דאָס מיט שמחה ובטוב לבב.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור.

(ממכתב כ"ב אייר, תשי"ז)

במענה על מכתבו בלי הוראת הזמן בו כותב כי זוגתו תחי' אמר לה הרופא שצריכה להיות איזה ימים בשפּיטאָל כדי לעשות חקירה ודרישה, וזוג' תחי' יראה וחרדה משפּיטאָל מפני חששות שונות (שאין להם יסוד),

הנה עליו להסביר לה באותיות המתאימות לפי מצב רוחה עתה אשר —

דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט און ער פירט די וועלט, סיי אין חצי הכדור התחתון וואו מיר געפינען זיך, סיי אין חצי הכדור העליון וואו. . און איר געפינט זיך. והוא אמר ויהי, הוא ציוה ויעמוד, אַז אַלץ וואָס עס טוט זיך אין דער וועלט טוט זיך ניט אָן דעם אויבערשטן, און אַלץ וואָס דער אויבערשטער וויל טוט זיך. נאָר דער אויבערשטער וויל, אַז מ'זאָל מאַכן אַ כלי אין טבע, דאָס הייסט, אַז ענינים זאָלן זיך אָפּטאָן בדרך הטבע.

בשעת אַ איד, מאַן אָדער פרוי, פילט זיך עפּעס ניט גוט און מ'דאַרף רופן אַ דאָקטאָר, איז דאָס ניט דער פשט, אַז דער דאָקטאָר וועט טאָן ווי עס וועט זיך עם פאַרוועלן, נאָר דער אינהאַלט דערפון איז, אַז השי"ת האָט אויסגעקליבן דעם דאָקטאָר פאַר זיין שליח אויסצופירן דורך דעם די שליחות.

און אַז מ'האָט בטחון אין דעם אויבערשטן, אָן ספיקות, אַז ער פירט די וועלט, איז מען דאַן זוכה אַז מ'זעט דאָס אויך מיט די פליישיקע אויגן, אויף יעדן טריט און שריט: ווי אַזוי דער אויבערשטער האַלט אונז יעדן איינעם פאַרן האַנד און פירט אונז ווי עס איז פאַר אונז בעסער, סיי אין גשמיות און סיי אין רוחניות.

במילא, אויב זי וועט גיין אין האָספּיטאָל לויט די הוראות פון דאָקטאָר, בלייבט זי נאָך אַלץ אונטער דעם אויבערשטנס רשות. און דער אויבערשטער וועט זי היטן און זען, אַז עס זאָל גיין ווי עס איז בעסער פאַר איר הן פאַר בריאת הגוף און הן פאַר בריאת הנפש.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.