274

נאָך אַ ליינגערען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באַקומען אייער בריף פון י"ב אדר שני.

און דאָס וואָס איר שרייבט בנוגע צו די רייד פון די דאָקטוירים.

עס איז באַוואוסט דער כלל און די הנהגה פון יעדער אידן, אַז מען דאַרף אויפפירען זיך לויט די אָנווייזונגען פון תורתנו הק', און וויבאַלד רבותנו ז"ל זאָגען אונז, אַז התורה נתנה רשות לרופא לרפאות, איז דאָס אַ קלאָרע אָנדייטונג אַז דער רופא איז אַ שליח, און אויב אפילו ניט שטענדיג ווייס דער שליח די כוונה פנימית, אָבער דאָס וואָס דער שליח זאָגט בהנוגע לפועל, איז דאָס פון דעם משלח, און אין אַזאַ אופן איז דאָס אַ תורה זאַך, איז פון דעם פאַרשטענדליך, אַז אויב אפילו מען פאַרשטייט ניט אינגאַנצען אָדער עס איז פראַן קשיות אויף דעם שליח, על דרך ווי איר שרייבט אין אייער בריף, דאַרף דאָס אָבער ניט האָבען קיין השפעה אויף דעם אויספאָלגען צו טאָן דאָס וואָס דער דאָקטאָר זאָגט, און דעריבער בין איך בטוח אַז באַקומענדיג דעם בריף וועט איר אָנהויבען אויספאָלגען צו טאָן וואָס דער דאָקטאָר זאָגט, און השם יתברך זאָל געבען, אַז דער פאָלגען און טאָן לויט זייער אָנווייזונג זאָל זיין בהצלחה מופלגה אין אַלע ענינים.

און אויך זעלבסטפאַרשטענדליך, אַז די הנהגה פון ניט עסען אין צייט, עסען נאָר איין מאָל אַ טאָג וכיוצא בזה, איז דורכאויס ניט דער דרך הבעל שם טוב וועגען וועלכען מיר האָבן געהערט מערערע מאָל פון רבותינו נשיאנו הק', אַז עס דאַרף זיין עזב תעזב עמו, מיטן גוף, אָבער ניט דורך תעניות וסיגופים.

איך האָף צו באַקומען פון אייך אַ שנעלען ענטפער אַז איר הויבט אָן טאָן ווי געזאָגט אויבען, ויהי רצון שיהי' בהצלחה.

(ממכתב י"ט אדר שני, תשי"ז)

איך בין געווען צופרידען צו באַקומען דיין בריף, אין וועלכען דו שרייבסט אויך וועגען דיין הנהגה, און בפרט בנוגע צום עסען, און אין די ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדען מיט בריאות הגוף, זאָגט אָן תורתנו הקדושה תורת אלקים חיים, אַז מען דאַרף אויספאָלגען אַלץ וואָס דער דאָקטאָר זאָגט, שהתורה נתנה רשות לרופא, און ער איז ניט מער ווי אַ שליח. פאַרשטענדליך אַז מען קען זאָגען דעם דאָקטאָר די טענות און סברות וועלכע זיינען פראַן אין דעם, און אויך די סברא וועלכע דו שרייבסט צו מיר, אָבער נאָכדעם ווי דער דאָקטאָר הערט אויס די סברות, דאַרפמען אויספאָלגען זיינע אָנווייזונגען, אָן אונטערשייד אויב זיי שטימען מיט דיינע סברות אָדער ניט, וואָס ווי געזאָגט אויבען אַז דער דאָקטאָר איז ניט מער ווי אַ שליח וועלכער טוט דאָס מיט דעם כח און רשות וואָס תורה האָט עם געגעבען, און

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.