266
פורים
צו די קומענדיגע פּורים טעג, ווען יעדער פון אונז וועט הערן די מגילה און זיך אַריינטראַכטן אין דעם וואָס עס ווערט דערציילט אין איר, ווילן מיר אויפמערקזאַם מאַכן אויף עטליכע פּרטים פון דעם וואָס עס האָט פּאַסירט בימים ההם בזמן הזה.
עס איז אויפגעשטאַנען אַ המן האגגי וועלכער האָט אַרויסגעגעבן די גזירה להשמיד ולהרוג את כל היהודים צו אַ באַשטימטן טאָג.
אסתר המלכה זאָגט: לך כנוס את כל היהודים וצומו — און דאַן וועט זי פּרואוון אָפּשרייען די גזירה.
מרדכי גייט און קלייבט צוזאַמען צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער און לערנט מיט זיי תורה. ער לערנט זיי ווי מען וועט מקריב זיין די מנחת העומר ווען דער בית המקדש וועט צוריק אינגאַנצן אויפגעבויט ווערן.
די אַלע קינדער ווערן אַזוי פאַרכאַפּט, אַז אפילו זעענדיק די סכנת מות פאַר די אויגן — שרייען זיי אַלע: מיר בלייבן מיט מרדכי ביי דער תורה — לחיים או למות!
און אין דעם זעלבן טאָג ווערט די גזירה בטל. המנ'ס מפּלה איז שוין פאַרזיגלט. די אידן זיינען פאָלקאָם גערעטעט, כאָטש זיי דערוויסן זיך דערפון ערשט אין מערערע חדשים אַרום.
מעשה אבות סימן לבנים.
עת צרה היא ליעקב. אַ נייער המן האָט אַרויסגעגעבן אַ גזירה להשמיד כו', הי' לא תהי'.
דאַרפן מיר וויסן, אַז איינער פון די הויפּט מיטלען ווי צו מבטל זיין די גזרה —
איינער פון די הויפּטמיטלען עס זאָל זיין דער והשבות להמן את גמולו בראשו וליהודים תהי' אורה ושמחה —
איז קלייבן אידישע קינדער און לערנען זיי תורה און אידישקייט;
דערציילן זיי אַז די גאולה שלמה ליגט אין אונזערע אייגענע הענט, און במילא איז ניטאָ קיין אָרט פאַר יאוש, וואָרום באַלד ווי אידן טוען תשובה מיד נגאלין;
דערצייל[ן] זיי אַז במהרה יבנה ביתהמקדש און מיר אַלע דאַרפן זיין ווערט און צוגעגרייט אויף דינען דעם אויבערשטן!
און אין דעם זעלבן טאָג ווען אידישע קינדער וועלן דורכגעדרונגען ווערן מיט דעם גייסט;
אין דעם זעלבן טאָג וואָס זיי וועלן זיין גרייט אויסצושרייען: אתך אנחנו — מיט דיר תורה זיינען מיר — סיי לחיים סיי למות —
אין דעם זעלבן טאָג, פאַרזיכערט אונז די תורה, איז די גזירה בטל. המן
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.