257
אדר
... ידוע מרז"ל משנכנס אדר מרבין בשמחה, ויעויין בסוף מס' תענית שהמדובר הוא בענין בנינים של שמחה, ועיין ג"כ שם במשנה סיום היעוד שיבנה במהרה בימינו, שזה שמחת כנסת ישראל למטה ושמחת הקב"ה למעלה וכהני בחשאי וברעותא דליבא הנה עליהם להכין בעבודתם הק' ב"ב בהגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, אמן.
(ממכתב א' אדר, תשי"ב)
... ובחדש אדר זה שרז"ל אמרו במדרש שמזלו הוא דגים שזה ענין ליהודים ובפרט חסידים שעליהם נאמר וידגו לרוב בקרב הארץ, שגם בענינים ארציים וגשמיים נוהגים כמו דגים, שלא יפרשו ממקור חיותם (ברכות ס"א ע"ב) וכן לא יפרשו מדרך התורה ומצות כמו"כ מזלו יביא לו רפואה קרובה ובריאות הנכונה. . .
(ממכתב ו' אדר, תשי"ב)
באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען געזונט צושטאַנד און די בעסערונג אין דעם.
ויהי רצון ס'זאָל זיין אַ רפואה שלימה, און אויך די רפואה שלימה זאָל זיין בקרוב, איינגעשלאָסען אין דעם אויך בנוגע צו עצבות, וואָס איר שרייבט, וואָס אַ געזונטער איד איז דאָך דער — וואָס איז אַ איד אַ פרייליכער,
און בפרט אַז מיר געפינען זיך אין דעם חדש אדר, וואָס שוין פון ראש חדש אדר, זיינען מיר דאָך אָנגעזאָגט געוואָרען, מרבין בשמחה, און אַ אָנזאָג פון תורה, איז דאָך זיכער אַז דער נותן התורה גיט פריער די מעגליכקייט מ'זאָל קענען מקיים זיין זיין אָנזאָג, און גיט אויך סיבות, אַז מ'זאָל זעהן אַז דער אָנזאָג האָט אַ שטאַרקען גרונט, און געוויס איז ניט נויטיג פאַר אייך צו מאריך זיין אין דעם. . .
(ממכתב ז' אדר, תשכ"ו)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.