226

בא

... אין דיין בריף שרייבסט דו אַז מיט דיר געפינען זיך נאָך 26 אידישע בחורים, וואָס דערוויילע זיינען זיי נאָך פרייע (אין זין פון תורה ומצות). זיכער טוסט דו אויף וויפל דו קענסט צו נעהענטער מאַכען זיי צו תורה ומצות און אַז זיי זאָלן טאַקע מקיים זיין בפועל ממש, און דאַרפסט ניט נתפעל ווערען פון די תירוצים וואָס זיי גיבען דיר, אין געגען טייל דאָס ווייזט מער ווי גרויס דער רחמנות אויף זיי איז, און אַז מען רעט מיט זיי איז סוף סוף ווירקט מען אויף זיי, אין אָנהויב אַביסעל און שפּעטער מער און מער, און ספּעציעל בנוגע צו לייגען תפילין, דאַרפסט זיי ערקלערען, אַז אַ חוץ דעם וואָס דאָס איז איינע פון די מצוות השם יתברך, איז דאָס אויך אַ סגולה צו אריכות ימים, און אָט אַזוי ווי אין מיליטער לערנט מען ווי אַזוי מען זאָל זיך אויפפירן צו אויסהיטען זיך פון אַ היזק ח"ו, און דער וועלכער לערנט זיך ניט דאָס בריינגט ער זיך אַליין אַ שאָדען און טוט אויך קעגען דער רעגירונג, אַזוי אויך יעדער אידישער זעלנער, האָט זיינע באַשיצונגס מיטלען, אַז איינע פון זיי איז דאָס לייגען תפילין, און ווען עס איז ניט מעגליך צו לייגען תפילין אין דער פריה, אין דער צייט פון דאַוונען, איז לפחות קענען זיי דאָס טאָן אין פאַרלויף פון גאַנצען טאָג, ביז זון אונטערגאַנג. און איך האָף אַז דו וועסט געפינען די פּאַסענדע ווערטער צו ווירקען אויף דיינע אידישע חברים.

די חשבונות פון השם יתברך, קען מען ניט וויסען, און עס איז מעגליך, אַז דאָס איז איינע פון די זאַכען פאַר וועלכע מען האַלט איינעם אויף דעם אָרט, און ווען ער וועט דאָס אויספילען, איז מעגליך אַז דענסטמאָל וועט ער צוריק קומען אַהיים, מיט דער צושטימונג פון דער רעגירונג. . .

(ממכתב כ"ב כסלו, תשי"ב)

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.