218
מענער, און זיי האָבן זוכה געווען, אַז דורך זיי איז געקומען דער אויסלייזער, און די אויסלייזונג, פון דעם אידישן פאָלק פון גלות מצרים.
אין אונזער צייט, ספּעציעל אין די לעצטע דורות פון דעם איצטיקן שווערן גלות, האָבן די אידישע פרויען, מוטערס און טעכטער, די זעלבע אויפגאַבע, און די זעלבע פאַראַנטוואָרטלעכקייט און זכות, ווי די אידישע פרויען אין דעם ערשטן גלות. כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דאָס אָפט אונטערשטראָכן אין וואָרט און שריפט. אין דעם היינטיקן יאָר, דער 150'טער יאָר פון דער הסתלקות פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא און שולחןערוך, דער גרינדער פון דער חב"ד שיטה און לעבנסשטייגער, דאַרפן מיר געדיינקען מיט ספּעציעלער באַגייסטערונג די גרויסע השפעה וואָס די רביצין רבקה האָט געהאַט אויף דער דערציאונג פון איר זון, דעם אַלטן רבי'ן, ווי דאָס ווערט באַשריבן אין די זכרונות פון דעם רבי'ן דעם שווער.
מיט אַ טיפער, אינערלעכער האָפנונג האָף איך, אַז די תלמידות פון די "בית רבקה" וועלן שטענדיק געדענקען און ריכטיק אָפּשאַצן זייער גרויסן אחריות און זכות אין פאָרזעצן די הייליקע טראַדיציעס פון דער אידישער פרוי, ניט נאָר באַ זיך אין דער היים, וואו די פרוי איז די עקרת הבית, דער יסוד פון דער היים, נאָר אויך דורך אַקטיווער טעטיקייט אין די ברייטסטע פרויען קרייזן, כדי צו העלפן אויפשטעלן אַ טרייען אידישן דור וואָס זאָל זוכה זיין צו דער גאולה שלימה, במהרה בימינו.
און מיט דער זעלבער ערנסטער האָפנונג האָף איך, אַז די בעליבתים, עסקנים און פריינט פון "בית רבקה" וועלן אָנווענדן יעדע אָנשטרענגונג — אין צייט, געלט און מי — צו געבן די פולע מעגלעכקייט צו דער "בית רבקה" שולע צו פאַרגרעסערן זיך און וואַקסן לויט דער פאָדערונג פון דער איצטיקער דרינגנדער צייט.
השם יתברך זאָל אייך אַלעמען בכלל און יעדן בפרט, מצליח זיין אין די אַלע אויבנדערמאָנטע ענינים און אין אַלעם אין וואָס מען נויטיקט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.