217
שמות
... בטבלא* וא"ו. א"א אשר בשנת ב'תמח עמד משה לפני פרעה ובשנה זו עצמה הקריבו הק"פ, כיון שלדעת הס"ע ארכו המכות שבין ב' מאורעות הנ"ל יב"ח. ונשתרבב הטעות מפני אי הבירור, דהנ"ל ג)**. ועכצ"ל דעמידת משה לפני פרעה היתה בתחלת שנת הפ' שלו, ז.א. בשנת ב'תמז.
שם. א"א אשר ואכחד את ג' הרועים מרים אהרן ומשה הי' באותה שנה לברה"ע כיון שר"ה הי' באמצע. . .
(ממכתב כ"ח מ"ח, תשי"ז)
ב"ה. ב' דר"ח אדר תשכ"ג
ברוקלין, נ.י.
צום יערלעכן דינער פון בית ספר לנערות
"בית רבקה" אין מאנטרעאל,
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך האָב מיט פאַרגעניגען באַקומען די מיטטיילונג, אַז דער יערלעכער באַנקעט פון "בית רבקה" וועט פאָרקומען אי"ה דעם זיבעטן טאָג אין אדר.
ז' אדר איז, ווי באַקאַנט, דער געבורטסטאָג פון משה רבינו. דאָס דערמאָנט אויך באַלד, אַז משה רבינו'ס געבורט, זיין רעטונג און זיין דערציאונג איז צו פאַרדאַנקען צוויי פרויען, אַ מוטער און טאָכטער: יוכבד, משה רבינו'ס מוטער, און מרים, זיין שוועסטער. בשעת פרעה'ס גזירות האָבן דערגרייכט די העכסטקריטישע מאָמענטן און האָבן אַריינגעבראַכט מוטלאָזיקייט און אפהענטיקייט אפילו אין די פירנדע אידישע משפחות, זיינען די צוויי פרויען — איינע אַ מוטער און די צווייטע נאָך אַ גאָר יונגע מיידל — אָנגעגאַנגען מיט זייער מסירותנפש'דיקע אַרבעט אויפצושטעלן אַ נייעם דור אידן, דעם דור פון דער גאולה. אין די שווערסטע צייטן פון גלות מצרים, האָבן זיי ניט נאָר באַגייסטערט די אַנדערע פרויען נאָר אויך די
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.