338
און אויף אַזוי פיל איז דאָס באַגרינדעט, אַז אפילו ניט אידען, גלויבען אין דער אמתקייט פון דעם.
און דאָס איז דאָך פשוט, אַז די צוגעבונדנקייט איז ניט צו די פלייש און ביינער, נאָר צו דער נשמה [וועלכע מען זעהט דורך איר ווירקונג אין קערפּער], און דערפאַר איז דער אמת, אַז אפילו נאָכדעם ווי עס ווערט אַ ענדערונג אין דעם פאַרבונד פון נשמה מיטן קערפּער, קען מען — דורך מע"ט — גורם זיין אַ נחת רוח צו דער נשמה, און אדרבה אין אַ גרעסערע און אַ טיפערע מאָס, וואָרום די נשמה האָט דאָך (נאָך אָפּטרעטען פון גוף) קיינע גוף באַגרעניצונגען, און דעריבער גרייכען איר אויך די ענינים, וועלכע זייענדיג און גוף האָט זי ניט געקאָנט האָבען, צוליב די הגבלות פון גוף, און עס גרייכען איר אפילו פעולות וועלכע ווערען געטאָהן בחדרי חדרים.
איך האָף אַז דאָס אויבען געזאָגטע וועט גענוגענד זיין צו באַלייכטען די הנהגה ווי זי דאַרף זיין איצטער, אַז אויב ביז איצטער האָט איר געטאָן אין ענינים וועלכע זיינען טוב לשמים וטוב לבריות איז נאָך צוגעקומען אַ נויטווענדיקייט ניט נאָר צו פאָרטזעצען די אַרבעט נאָר אויך צו פאַרגרעסערען זי בכמות ובאיכות, אין דעם טאָן אַליין און דעם בעאיינפלוסען אַנדערע צו טאָן, און דאָס וועט גורם זיין דעם אויבען געזאָגטען נחת רוח, לנשמת הנפטר.
ויהי רצון אַז קומענדיק איצטער פון די ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז, וואָס דענסטמאָל האָט מען געזעהען ווי תורה האָט מנצח געווען און מבטל געווען דעם חשך הגלות זאָל אויך איצטער נמשך ווערען אַ גאולה מכל ענינים המבלבלים און מתוך בריאות הנכונה והרחבת הדעת זאָל מען צוגעבען אין פעולות טובות ליכטיג מאַכען דעם חשך הגלות, און איך האָף אַז בדואר החוזר וועל איך באַקומען פון אייך גוטע בשורות אין דאָס אַלץ אויבען געזאָגטע.
(ממכתב ט"ז תמוז תשי"ח)
לאחרי הפסק הארוך נתקבל מכתבה, ומובן שמה שכותבת ברוע הגזירה על וכו', פשוט שצריך לשרש מחשבות כאלו וכיו"ב: א) מפני שאין להן יסוד. ב) כידוע פתגם הוראת רבותינו נשיאינו דור אחר דור, טראַכט גוט וועט זיין גוט, ג) לפי הידוע אבן הבוחן בהנהגת האדם במקום ספק, האם רצוי הדבר או לא, הוא לראות השפעת הדבר על הפועל והמעשה, ורואים במוחש, אשר מחשבות כהאמור (בהנוגע לרוע הגזירה), מביאות לחלישות בפעולות טובות, לעצבות יאוש וכו' דברים האסורים ומושללים לא רק מצד שכל דקדושה אלא גם מצד שכל האנושי, ותמורת זה הרי לדעתי, חוב קדוש על כל חברי המשפחה להשתדל ולחזור ולהשתדל אשר יו"ח הנפטר. . ע"ה ילכו בדרך התורה והמצוה בחיי יום יום. . מובן שזהו העיקר
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.