337

רוח לנשמת אחיו, ורק על ידי זה, ולא על ידי התבודדות וכו'. והרי כל בני ישראל, ובכלל כל אנשי דת, מאמינים בהשארת הנפש, זאת אומרת שהנפש נצחית היא וקיימת תמיד ומחכה אשר אלה המתענינים באושרה יעשו מה לטובתה ולעלית הנשמה על ידי פעולות טובות לתועלת בני ישראל. וכמובן אשר במצב של התבודדות אי אפשר לו לעשות בשבילה כלום, כי אם על ידי היותו פעיל מתאים לכשרונותיו ויכלתו.

מובן שיכולה להראות מכתבי זה לבנה, ויהי רצון שישמע להוראתי זו, ויחפש ואז גם ימצא משרה ועבודה, שעי"ז יביא תועלת ובמילא גם יגרום נחת רוח לנשמת האח.

מהראוי שיבדקו המזוזות בביתה, ושגם התפילין של בנה יובדקו.

בברכה לבשורות טובות.

(ממכתב ר"ח מנ"א תשי"ז)

שוין אַ ליינגערע צייט אַז איך האָב ניט באַקומען קיינע בריף פון אייך, און חאָטש ס'איז דאָ אַ לימוד זכות, צוליב דער פּאַסירונג ל"ע ול"ע וועלכעס האָט פּאַסירט, איז דאָך אָבער באַוואוסט דער וואָרט, אַז לימוד זכות קען גערעכט מאַכען דעם מענשן בנוגע צו ענינים פון שכר ועונש, אָבער פון דעם לימוד ווערט גאָרניט בהנוגע לפועל, דאָס וואָס דער מענש דאַרף אויפטאָן פאַר זיך, פאַר זיינע קרובים ומשפחה, פאַר נאָהענטע פון אַ ברייטערן קרייז, און דורך דעם פאַר אידען בכלל, און סוף סוף איז דאָך דאָס דער תכלית פון יעדער מענש און אויך זיין אמת'ר ווילען, ניט צו באַנוגענען זיך און זיין אַ מקיל (אפילו אין דעם בעסטען אופן פון קבלת שכר) נאָר זעהן אויפטאָן אין אַלע מעגליכע אופנים ווי אויבען געזאָגט.

אויב דאָס איז ריכטיג אויך פאַר יעדער איינעם און יעדע איינע, וועלכעס מ'ווייסט ניט אויב זיי קענען בכלל וואָס אויפטאָן, על אחת כמה וכמה פאַר אַזעלכע וועלכע האָבען שוין געטאָן און מ'האָט געזעהן אַז זיי האָבען מצליח געווען, אַז פון זייערע מעשים איז אַרויסגעקומען גוטעס פאַר אַ גאַנצען קרייז פון מענשן, אין פילע ענינים, איז דאָך דאָס נאָך מער ריכטיגער אין אַ פיל גרעסערער מאָס, און אַזוי איז דאָס אויך אין אייער פאַל, וואָס איר האָט געזעהן דעם גוטען אויסגאַנג פון אייער אַרבעט אין דעם שטח פון נשי חב"ד.. .

איך שרייב דאָס אַלעס, וויילע איך נעם אָן, אַז דער חסרון פון קבלת אייערע ידיעות, איז דאָס וויילע עס פעלט אין אייער התעסקות, וויל איך צוגעבען נאָך אַ נקודה, אַז דער מאורע האמור בפטירת אחי' הרה"ח אי"א נו"נ בעל מדות וכו' ע"ה, דאַרף צוגעבען אין דעם טאָן בעסקנות ופעולות, וואָרום אַלע אידען גלויבען אין השארת הנפש.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.