322
ב"ה. חנוכה, תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס — אין אַלגעמיין, און צו די אָנטיילנעמער אין דעם צוואַנציקסטן יערלעכען באַנקעט — בפרט
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דער היייאָריגער יערלעכער באַנקעט, וואָס קומט פאָר בלויז עטלעכע טעג נאָך חנוכה, גיט אַ גלענצענדע געלעגענהייט צו פאַרוואַנדלען די באַגייסטערונג פון דעם ליכטיגען יוםטוב אין פּראַקטישע מעשים.
דער מוסר פון צינדען חנוכהליכט אַנטהאַלט דריי יסודות'דיגע נקודות, וועלכע האָבן אַ דירעקטע פאַרבינדונג מיט די פּראָבלעמען פון אונזער צייט און גיבן פּראַקטישע אָנווייזונגען:
(א) די חנוכהליכט (וועלכע סימבאָליזירן "נר מצוה ותורה אור") דאַרפן אָנגעצונדן ווערן ווען עס איז פינסטער. דאָס לערנט אוז, אַז מען טאָר ניט נתפעל ווערן פאַר דער "פינסטערניש" און גייסטיגער אָרעמקייט, ווייל אפילו אַ ביסעלע ליכטיקייט פון תורה און מצוות פאַרטרייבט אַ סך פינסטערניש.
(ב) די חנוכהליכט דאַרפן אָנגעצונדן ווערן אַזוי אַז זייער ליכטיקייט זאָל אַרויסשיינען אין דרויסן. דאָס לערנט אונז, אַז מען טאָר זיך ניט באַגענוגענען דערמיט וואָס באַ זיך אינדערהיים איז ליכטיק און וואַרעם מיט נר מצוה ותורה אור; מען מוז זיך באַמיען אויך ליכטיג צו מאַכן אין גאַס און אין דער גאַנצער סביבה.
(ג) די חנוכהליכט ווערן אָנגעצונדן מוסיף והולך — מיט אַ ליכטעלע מער יעדע נאַכט פון חנוכה. דאָס לערנט אונז, אַז די אַרבעט צו פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורהאידישקייט דאַרף זיין אין אַ שטייגענדער מאָס, און אַז די דאָזיגע אַרבעט אַנטהאַלט שוין אין זיך אַליין די פאַרזיכערונג אויף אַ שטייגענדעם דערפאָלג.
אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אונטערשטרייכן, אַז אויך די פרויען — פּונקט ווי די מענער — זיינען מחוייב אין דער מצוה פון נרחנוכה, ווייל די פרויען האָבן אויך געהאַט אַ חלק אין דעם נסחנוכה. דערביי ווערט ספּעציעל אונטערשטראָכן די מסירותנפש פון די אידישע פרויען אין יענער צייט צו באַשיצן די קדושה פון דער אידישער היים און צו האַלטן ריין און אומבאַפלעקט דעם כבוד פון אידישע טעכטער.
היינטצוטאָג, נאָך מער ווי ווען עס איז, איז דער געבאָט פון דער שעה צו דערציען אידישע טעכטער אין דעם גייסט פון זייער היסטאָרישע ראָלע — אַלס די פון וועמען עס איז אין אַ גאָר גרויסער מאָס אָפּהענגיק דער המשך פון דעם אידישן
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.