313

און זיכער איז אייך באַוואוסט, אַז איינע פון די עקריות'דיגע אָנווייזונגען פון י"ט כסלו, חג הגאולה, איז הפצת המעינות חוצה ("פאַרשפּרייטן די קוואַלן אינדרויסן"), וואָס נעמט אַריין דריי ענינים:

א) צו משפיע זיין אויף די — יחידים און קרייזן — וועלכע זיינען נאָך "אינדרויסן";

ב) צו באַלעבן זיי מיט די מים חיים פון די מעינות פון תורה און חסידות;

ג) און טאָן דאָס אין אַן אופן פון הפצה — פאַרשפּרייטן אַלץ מער און מער.

און דאָס איז דאָך איינע פון די עקריות'דיגע אָנווייזונגען פון די טעג פון חנוכה, אין דער מצוה פון נר חנוכה, וואָס מ'צינדט אָן "על פתח ביתו מבחוץ" ("ביים אַריינגאַנג פון הויז אינדרויסן"), צוגעבנדיג נאָך אַ ליכטל יעדע נאַכט פון חנוכה. וואָס כאָטש ווען מ'צינדט אָן איין ליכטל די ערשטע נאַכט חנוכה איז מען מקיים די מצוה לויטן דין און פולשטענדיג, דאַרף מען אָבער צוגעבן נאָך אַ ליכטל די צווייטע נאַכט, און אַזוי ווייטער מיט אַ ליכטל מער. וואָס דאָס ווייזט, אַז אַזוי דאַרף מען אויך פאַרשפּרייטן די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור.

און אַ ספּעציעלע באַדייטונג איז פאַראַן אין דעם פאַר אידישע פרויען און טעכטער בכלל, און פאַר נשי ובנות חב"ד בפרט, לויט ווי אונזערע חכמים האָבן געזאָגט: "אויך זיי (די פרויען) האָבן אַ חלק אין דעם דאָזיגען נס".

מיט וואונש צו הצלחה בכל האמור און אַראָפּברענגען פון דער השפעה פון די דאָזיגע טעג אין אַלע טעג פון יאָר — מוסיף ואור.

ב"ה, י"ט כסלו, ה'תשמ"ה

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אָנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות תומכיתמימים ליובאַוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די יערלעכע מסיבה קומט הייאָר פאָר אין אָנהייב פון דער וואָך פון חנוכה, צווישן דעם יום הגאולה (י"ט כסלו) פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשולחןערוך, דער מייסד פון חסידות חב"ד — פון איין זייט, און חנוכה — פון דער צווייטער. און ווי ס'איז שוין באַמערקט געוואָרן, האָט דער מרכז הישיבות תת"ל אַ נאָענטע שייכות מיט ביידע דאָזיגע היסטאָרישע געשעענישן, וואָרום אין דעם מוסד חינוך ווערט

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.