302
ניט נאָר פאַר חסידי חב"ד, נאָר — בהמשך הזמן פאַרן כלל ישראל, און אויב דאָס איז געווען אַזאַ פאָדערונג אין דער צייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר און נאָך פריער, איז דאָך עאכו"כ בדורנו, דרא דעקבתא דמשיחא, וואָס מ'דאַרף אָנקומען צו סייעתא דשמיא אויף יעדער טריט און שריט.
נאָך גרעסער איז געווען באַ מיר דער וואונדער, צו הערען, אַז מעגליך דאָס ווער פון די סאַטמרער חסידים, זאָלען זיין ניט צופרידען, אָדער אפילו אויך שטערין דעם אויבען געזאָגטען לערנען פון תורת חב"ד, אין דער צייט, וואָס דעם פאָריגען סוכות, האָב איך באַקומען דעם ספר ויואל משה [דהרבי מסטמר שליט"א], וואו מ'בריינגט און שטיצט זיך און באַגרינדעט זיינע רייד אויף די רייד פון רבנו הזקן בעל התניא ושולחן ערוך, והאומנם כי יסופר אַז זיינער אַ חסיד, זאָל טאָן פאַרקערט, און נאָך מער, צו שטערן אַנדערע פון אַזאַ ענין, וברבים.
ווי אויבען געזאָגט, האָף איך אַז דער לערנען פון תורת חסידות חב"ד, וועט פאָרגעזעצט ווערען, אָן קיינע שטערונגען, והפעם אקצר ואומר שלום, שלום אמיתי, וכפסק דין רבותינו ז"ל (סנהדרין צט, ע"ב) כל העוסק בתורה לשמה, משים שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה, און ווי דער ענין איז ערקלערט בארוכה אין לקוטי תורה לרבנו הזקן ד"ה החלצו, און אויך אין דעם מאמר, מיט דער זעלבער התחלה פון כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע, וועלכער איז דאָ בייגעלייגט.
בברכה צו אַ פרייליכען חדש און חסידות'שן חדש, און דורך דעם אויבען געזאָגטן לימוד, וואָס דאָס איז אַ חלק פון הפצת המעינות, פון תורת הבעל שם טוב, חוצה, זאָלען מיר זוכה זיין בקרוב ממש, צו דער ערפילונג פון דעם ענטפער פון מלך המשיח, קאתי מר, לכשיפוצו מעינותיך חוצה.
בכבוד ובברכה לבשו"ט בכל הנ"ל.
(ממכתב ער"ח כסלו תש"כ)
ב"ה. נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א
לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל
לקראת חג הגאולה י"ט כסלו, ה'תש"נ
לשנה טובה בלימוד החסידות ודרכי' תכתבו ותחתמו,
כולל פעילות רבה בכל המבצעים, ובכלל בתורה ובגמ"ח ובתפלה, וכל זה באופן דופרצת וגו',
ומיום זה לימי הכנה לחנוכה ולחנוכה,
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.