301

ויהי רצון אשר בחסד וברחמים יערה עליהם רוח ממרום, וישובו בעוד מועד מדברים המפרידים בין בני ישראל לאבינו שבשמים. ואין להאריך בדבר המבהיל. ולפלא שבא בדברים עם אנשים כאלה. ועאכו"כ שמושללת השקו"ט עמהם. ותקותי שעכ"פ לא לבד שלא יחלישו את המרץ שלו בהפצת המעינות דא"ח, אלא שעוד יוסיף אומץ בזה. וידועים דברי האריז"ל תלמידו הרח"ו וכו', מיוסדים על אדני פז, שעכוב לימוד פנימיות התורה מעכב הגאולה ר"ל, מאריך הגלות המר של השכינה ובנ"י וכו' וכו'. יעוין דברים מבהילים אשר תסמר שערת ראש, בהקדמת הרח"ו לשער ההקדמות. ומי יבוא אחרי המלך.

כבקשתו אזכיר את כל אלו שכותב אודותם על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

(ממכתב ב' אייר תשי"ז)

געפינענדיג זיך ערב ראש חדש כסלו, וואָס ער איז דער חדש הגאולה והנסים והנצחון, ווי באַוואוסט באַ אַלע אידען, און בעפאָר פאָרענדיק צום ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ווי עס פירט זיך אַלע ערב ראש חודש בכלל, און דעם ערב ראש חדש כסלו בפרט.

בין איך געווען פאַרוואונדערט געמישט מיט צער, פון דעם קלאַנג — וואָס איך וויל האָפען, אַז דאָס איז ניט שייך לפועל — אַז מ'וויל ח"ו וח"ו ענדערען דעם גוטען מנהג, צו זאָגען און לערנען בביהכנ"ס מדברי רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בתורת חסידות חב"ד, ווי עס פירט זיך שוין פון פילע יאָרען און דורות, און וואָס האָט זיך אויך אויסגעדריקט אין דעם נאָמען פון דער שול, נוסח האר"י.

ווי געזאָגט אויבען, וויל איך זיין שטאַרק בבטחון, אַז ס'איז ניט מער ווי אַ קלאַנג, און אַז מ'וועט פאָרזעצען דעם אויבען געזאָגטען גוטען מנהג, ווי ביז איצטער, און נאָך מיט אַ צוגאָב לויט דער אָנווייזונג פון תורתנו הק' להעלות בקדש, און ווי די הוראה פון מצות נרות חנוכה אַז ס'דאַרף זיין דוקא מוסיף והולך מוסיף ואור.

און זיכער אַז אַלע מתפללים פון בית הכנסת נוסח האר"י וועלען העלפען צו אָנהאַלטען דעם אויבען געזאָגטען מנהג, וואָס אייגענטליך איז דאָס שוין ניט נאַר אַ מנהג, נאָר דורך דער חזקה פון די פילע יאָרען, איז דאָס שוין געוואָרען אַ דין תורה.

ועוד אַלס צוגאָב, וואָס אויך דאָס איז אַ עיקר, אַז באַוואוסט די פאָדערונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און פון זיין פאָטער און אַזוי דור לדור ביז צו רבנו הזקן, אויף הפצת המעינות פון תורת החסידות אומעטום, און בפירוש באַטאָנט, אַז ס'איז אַ ענין

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.