297
החסידות בתוככי לימוד גם שאר חלקי תורתנו, תורת אמת ותורת חיים, הוראה בחיים.
בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור ולבשורות טובות ולחה"פ כשר ושמח.
(ממכתב ר"ח ניסן תשל"ט)
אייער בריוו איז צו מיר אָנגעקומען מיט גאָר אַ גרויסער פאַרשפּעטיקונג.
איך בין געווען צופרידן פון דעם אינהאַלט, ספּעציעל דעם גייסט אין וועלכן אייער בריוו איז געשריבן געוואָרן, וואָס באַווייזט אויף אייער צוגעבונדנקייט צו אונזער געמיינזאַמער אייביגער ירושה, ווי דער פסוק זאָגט: תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב.
וואָס אויב פון יעדן אידן ווערט ערוואַרטעט אַזאַ באַציאונג צו דער ירושה — און זעלבסטפאַרשטענדלעך איז ניט געמיינט צו האַלטן עס אונטער אַ גלאָז, נאָר ווי די ווערטער צוה לנו משה דייטן אָן, ווי משה רבינו האָט געוואָלט און אָנגעזאָגט, אַז די תורה זאָל דורכנעמען דעם טאָגטעגלעכן לעבן און מיט לעבעדיקייט — ווערט עס דאָך זיכער ערוואַרטעט אין גאָר אַ גרויסער מאָס פון איינעם וואָס — לויט זיין שרייבן — איז אַן אָפּשטאַמלינג פון אַ רבי'עשע און חסידישע משפחה.
און דאָס וואָס איר שרייבט, אַז איר זייט ניט קיין פּראָפעסיאָנעלער חסיד, איז פאַרשטייט זיך — בכלל ניטאָ אַזאַ מציאות, וואָרום דער וואָס באַטראַכט עס אַלס אַ פּראָפעסיע איז קיין חסיד ניט. חסידות איז געבויט אויף אינערלעכע התלהבות און טיפע צוגעבונדנקייט, ביז עס ווערט דער עצם מענטש, לויט די צוויי נוסחאות (אָדער הויפּטשטראָמען) אין חסידות: נוסח פּוילין (אָדער ווי עס ווערט אַמאָל אָנגערופן נוסח חג"ת — חסד, גבורה, תפארת) — וואו התלהבות דריקט זיך אויס אויך אין דער אויסערלעכער פאָרם, און נוסח חב"ד — חכמה בינה דעת, מיט הדגשה אויף שכל. און זיכער איז איבעריק מאריך צו זיין אין דעם פאַר אייך.
איך וויל נאָר צוגעבן, אַז דער צד השוה און הויפּט אויפגאַבע פון יעדן אידן, ספּעציעל אין אונזער צייט, איז ניט צו באַגנוגנען זיך דערמיט וואָס די קאָפּ אַליין ווייס וועגן אַ גוטע זאַך, און די האַרץ פילט אַ גוטע זאַך, נאָר דאָס מוז אַראָפּקומען אין אַלע רמ"ח אברים אין מעשה בפועל, ווי אונזערע חכמים ז"ל אונטערשטרייכן: מעשה הוא העיקר. דאָס גלייכן דאַרף מען זיך ניט באַגנוגנען צו האַלטן גוטע זאַכן פאַר זיך און די אייגענע רמ"ח אברים, נאָר יעדער איינער דאַרף טאָן וואָס ער קען אַז דאָס זאָל ווערן דאָס אייגנטום און דורכנעמען דאָס לעבן פון יעדן אידן וואָס מ'קען דערגרייכן, וואָרום סוף סוף זיינען אַלע אידן אברים פון איין גוף, קומה שלימה פון כנסת ישראל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.