292

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ראש חדש כסלו, אַלס מנהלי בית הכנסת נוסח אר"י. . אין צוזאַמענהאַנג מיטן לערנען מאמרי חסידות אין אייער בית הכנסת בכלל, ובפרט אין דער צייט פון שלש סעודות ביום השבת קדש, און פרעגט מיין מיינונג אין דעם.

ווי ערקלערט אין מערערע ערטער פון רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, די גרויסקייט פון דעם ענין פון פאַרשפּרייטען מעינות תורת החסידות וואו נאָר עס געפינט זיך אַ איד, און בפרט אין אַן אָרט פון מערערע אידען כ"י ווי אַ בית הכנסת, ובפרטי פרטית, וואו דער נאָמען זאָגט עדות, וואָס דער בית הכנסת רופט זיך "נוסח אר"י",

ובלשון רבנו הזקן בעל התניא והשו"ע: בדורות אלו האחרונים מותר ומצוה לגלות זאת החכמה (אגרת הקדש סי' כ"ו),

איז דאָך פאַרשטענדליך די חשיבות פון דעם ענין און דער גרויסער זכות, פון יעדער איינעם וועלכער טוט אין דעם מיט די אַלע מעגליכע אופנים צו איינטייל נעמען אין דעם אַליין און איינווירקען אויף פריינד און גוטע פריינד, אַז אויך זיי זאָלען טאָן אַזוי, וכההוראה וכהלשון — ברוב עם הדרת מלך. און בפרט ובמיוחד ווען עס רעדט זיך וועגען שבת קדש אין דער צייט פון שלש סעודות וואָס דענסטמאָל איז די צייט, פון רעווא דרעווין. און אויף דעם און ענליכעס איז דאָך גילטיג די הבטחת חז"ל: הבא לטהר מסייעין אותו.

און אין ענטפער אויף דעם צווייטען ענין:

קענענדיק את הוו"ח. . מערערע יאָרען, און וויסענדיק דעם זכות וואָס ער האָט געהאַט, צו הערן פּערזענליך פילע מאמרים און שיחות קדש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און זיין איבערגעבענהייט צו עם און די ברכות וואָס ער האָט זוכה געווען צו באַקומען, איז דאָך פאַרשטענדליך, אַז דאָס חזרת מאמר אָדער שיחה, דורך עם, קען אין דעם בעת החזרה מקויים ווערען דער מאמר חז"ל, כאילו בעל השמועה עומד לפניו, וואָס דאָס גיט צו אין דער הצלחה פון דעם זאָגען און אין דער ווירקונג, וועלכעס ווערט ערוואַרטעט.

ומגלגלין זכות ליום זכאי, וואָס אייער בריף איז געשריבען ראש חדש כסלו, חדש הנסים והגאולה, און דער ענטפער וועט אָנקומען נאָהענט צו יו"ד וי"ט כסלו, ימי הגאולה פון רבנו הזקן ובנו ממלא מקומו, אדמו"ר האמצעי.

וואָס זיי זיינען מלמד זכות אויף יעדער אידן און בפרט אויף די וועלכע לערנען תורת החסידות און פאַרשפּרייטן זי,

וואָס זיי האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף תורת החסידות — ביז צו מסירת נפש בפועל, ווי באַוואוסט דער אינהאַלט פון דברי ימי גאולתם אלו.

מצוטט ב־1 עמודים

  1. אגרות קודש ט'נג לקו"ש חל"ה ע' 292

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.