287

די רביים אין אַלע דורות, פון דעם בעש"ט (גרינדער פון תורת החסידות הכללית) און אַלטן רבי'ן (גרינדער פון תורת החסידות החב"דית) ביז אונזער צייט, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס זיי האָבן געהאַט נשמות גדולות ביותר און האָבן פאַרשטאַנען אויף דעם טיפסטן אופן די גרויסקייט און טייערקייט פון לערנען תורה, נגלה דתורה און נסתר דתורה, און ליגן אין ענינים פון גטליכקייט, פונדעסטוועגן האָבן זיי ניט געקוקט אויף זיך און האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט אַלע עניני הכלל, און ניט נאָר דאָס, נאָר זיינען אויך געגאַנגען ביז מסירת נפש אויף צו טאָן אַ טובה אפילו אַ איש פרטי. און מיין שווער דער רבי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האָט דערציילט, אַז דער צמח צדק האָט געזאָגט, אַז אַלע מסירות נפש פון זיין זיידען (רבינו הגדול) איז כלא (ווי גאָרנישט) לגבי דעם מסירות נפש פון אָפּרייסן זיך פון דעם ועמך לא חפצתי (טיפסטע אַריינטראַכטונג און בענקשאַפט — כלות הנפש — צו גטליכקייט) און אָפּגעבן זיך מיט טאָן אַ טובה אַ אידן.

מיט דער זעלבער שיטה זיינען געגאַנגען אַלע נשיאי חב"ד פון אַלטן רבי'ן ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ און לויט דער שיטה איז געווען זייער טעטיקייט ניט נאָר אין אהבת ה' און אהבת התורה, נאָר אויך אין אהבת ישראל, אָן אונטערשייד, צי אַ חסיד צי אַן עולם'שער, צי אַ למדן, צי אַ איש פשוט, צי אַן ערוואַקסענער צי אַ קינד.

אַ טייל פון די טעטיקייטן, לויט ווי די אומשטענדן האָבן ערלויבט, איז געטאָן געוואָרן באופן גלוי, און אַ טייל פון די טעטיקייטן — ווי צדקה צו פּערזאָנען אָדער מוסדות אין געוויסע פאַלן וואו עס האָט ניט געדאַרפט זיין קיין פירסום, און אין ענליכע טעטיקייטן — זיינען געטאָן געוואָרן בחשאי און צום גרויסן טייל פון דער פּערזענליכער קאַסע פון די נשיאי חב"ד.

די אַלע טעטיקייטן ווערן אויך היינט פאָרגעזעצט, און מיר האָפן להשי"ת, אַז מיט דער הילף פון די מקושרים, חסידים אין תלמידים פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ, וועט זיין די מעגליכקייט זיי זאָלן אויך ווייטער פאָרגעזעצט ווערן לויט דעם ערך פון דער נויטבאַדערפטיקייט וואָס ווערט ליידער גרעסער, ובפרט אין דעם ענין פון צדקה בחשאי, וואָס ווערט צום טייל גענומען פון קופת המעמד.

אין די טעג פון פאַר י"ט כסלו און אין י"ט כסלו אַליין וואָס איז, ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ האָט געזאָגט, דער ראש השנה לחסידות ודרכי החסידות, זיינען אַלע רביים ובפרט דער בעל השמחה, דער אַלטער רבי, מעורר רחמים אויף די אַלע וואָס העלפן מיט אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פון די אַלע ענינים וואָס ער, דער בעל השמחה, האָט מייסד געווען און וואָס זיינע יורשים אחריו פירן דורך לפועל בדור אחר דור.

איך פאַרענדיק מיט אַ ברכה, אַז אייער טעטיקייט בענין המעמד זאָל אייך ממשיך זיין ברכה והצלחה בכל המצטרך לו, און איך בעט אויך איבערגעבן אַ פ"ש צו די אַלע וועלכע באַטייליקן זיך אין דעם און העלפן אייך אין אייער אַרבעט.

בברכת חג הגאולה גאולתנו ופדות נפשנו.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.