272

דיוק הלשון אין דעם ערשטן פסוק: ואלה תולדות יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק, און דערקלערן, אַז די תורה הק' אונטערשטרייכט דערמיט, אַז יעדערער וואָס האָט געזען יצחק'ן האָט באַלד געזען, אַז יצחק איז אברהם'ס זון, און אברהם איז יצחק'ס פאָטער.

דאָס מיינט, אַז ניט נאָר אין אויסערלעכן אויסזען איז יצחק געווען אַזוי שטאַרק ענלעך צו זיין פאָטער, נאָר אויך, און בעיקר, אין זייער גייסטיקן לעבן — אין זייער השקפה און טאָגטעגלעכע הנהגה — זיינען זיי, פאָטער און זון, געווען ניט אונטערצעשיידן. אין אַלע אומשטענדן זיינען זיי שטענדיג געגאַנגען צוזאַמען (וילכו שניהם יחדיו); ניט געווען באַ זיי אַן איבערריס אָדער שפּאַלטונג צווישן דעם "אַלטן דור" און דעם "נייעם דור", נאָר אַ פולשטענדיגער המשך. ווי די סדרה דערציילט אויך ווייטער, אַז יצחק האָט פאָרגעזעצט זיין פאָטער'ס טעטיקייט פון גראָבן וואַסערקוואַלן (אין מים אלא תורה) און האָט זיי אָנגערופן מיט די זעלבע נעמען וואָס זיין פאָטער האָט זיי אָנגערופן.

דער מוסד "ברית אברהם" שפּיגלט אָפּ דעם אידישן תורההמשך, זינט אברהם אבינו, דעם המשך וואָס פאַראייניגט אַלע אידן און פאַראייביגט אונזער אידישן פאָלק, עד סוף כל הדורות.

איך בין זיכער, אַז אַלע פריינט פון דעם מוסד וועלן וויסן ווי אָפּצושאַצן די וויכטיגע טעטיקייט פון דעם מוסד און וועלן זיך וואַרעם און ברייטהערציג אָפּרופן צו העלפן אים אָנהאַלטן און אויסברייטערן זיינע טעטיקייטן. דערמיט וועט מען אויך אויסברייטערן די צנורות און כלים צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכל המצטרך בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור.

ב"ה. ערש"ק פ' תולדות, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ.י.

חברות המערכת סמינר "בית רבקה", כפר חב"ד

ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

בנועם קבלתי הידיעה אשר לרגלי כניסתן לבנין החדש בשעה טובה ומוצלחת, מתכוננות להוציא לאור חוברת בהמשכים בשם "באהלי רבקה". ואכן נכון הדבר, ויהי רצון שיהי' בהצלחה.

ידוע פירוש חכמינו, ב"ר ר"פ תולדות, זכרונם לברכה, בראשית פרשת שבוע

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.