ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לההוספותנח253

253

ויהי רצון, אַז בקרוב ממש זאָל מקויים ווערן דער יעוד "ועמדו זרים ורעו צאנכם"114 — אויך דעמולט וועלן זיי זיין "זרים"115, נאָר זיי וועלן זיין אין אַזאַ אופן אַז עס וועט זיך הערן אין זיי זייער תכלית, און "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"116.

כב. כאמור לעיל, אַז היות ווי עס פאַנגט זיך אָן דער "ויעקב הלך לדרכו", איז דעריבער איצטער דער זמן המוכשר צו מעורר זיין אויף משתדל זיין זיך ביתר שאת וביתר עז אין לימוד התורה וקיום המצות בהידור, וביחוד אין די צען מבצעים וואָס זיינען מצות כלליות (כנ"ל סעיף יב),

אָנהויבנדיק פון די מבצעים שהזמן גרמא — מבצע נרות שבת קודש, מבצע כשרות און מבצע טהרת המשפחה (כנ"ל סעיף יז), און מצרף זיין דערצו אויך מבצע צדקה (כנ"ל סעיף יטכ),

וואָס דאָס איז אויך אַ כלי צו ממשיך זיין און מקבל זיין צדקתו של הקב"ה117 וואָס "לך אד' הצדקה"118,

אַז דער אויבערשטער אַליין וועט אַרויסנעמען יעדער אידן פון גלות "איש איש ממקומו כענין שנאמר119 ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"120,

און נאָך פאַר דעם (זייענדיק נאָך בזמן הגלות) — אַרויסנעמען אידן פון דעם גלות הפנימי, פון דעם אל זר אשר בקרבך121, און אויך אַרויסנעמען דעם "גלות" פון אידן,

אַז אידן זאָלן וויסן אַז זיי זיינען דער עם הנבחר, און אַז די נשמה איז מלכתחילה ניט געגאַנגען אין גלות122, וואָס דעריבער — וויבאַלד אַז די נשמה (עיקר האדם) איז אַ בת חורין — איז אויך דער גוף אַ בן חורין123

(אע"פ אַז בחיצוניות איז מען אין גלות, וואָס דערפאַר דאַרף זיין "ודרשו את שלום העיר גו' והתפללו בעדה גו' כי בשלומה יהי' לכם שלום"124, און דינא דמלכותא דינא125),

און עס וועט זיין "ואולך אתכם קוממיות"126 — זייענדיק נאָך אין די לעצטע טעג און רגעים פון גלות,

און (דערנאָך) טאַנצען בקרוב ממש לקבל פני משיח צדקנו.

כג. כאמור לעיל, אַז די כלי צו ממשיך זיין צדקתו של הקב"ה (וואָס ער וועט אַרויסנעמען אידן פון גלות) איז נתינת הצדקה — וועט מען איצטער פאַנאַנדערטיילן די שקלים אויף צדקה דורך די "טאַנקיסטן",

איז זאָלן זיי גיין מיט אַ סדר מסודר (לקבל את השקלים), און דערנאָך וועט מען אויך גיין מיט אַ סדר מסודר לקבל פני משיח צדקנו, ביז אַז עס וועט זיין אַ סדר וואָס איז למעלה מן הסדר

[בדוגמת "מקום ארון אינו מן ה

הערות

  1. 114. ישעי' סא, ה. וראה ברכות לה, ב.
  2. 115. ראה בארוכה המשך תרס"ו ע' ע.
  3. 116. ישעי' מט, כג.
  4. 117. ראה אגה"ק סי"ז.
  5. 118. דניאל ט, ז.
  6. 119. ישעי' כז, יב.
  7. 120. רש"י נצבים ל, ג.
  8. 121. שבת קה, ב.
  9. 122. שיחת ג' תמוז תרפ"ז — נדפסה בקונט' יד בתחלתו. לקו"ד ח"ד תרצב, א.
  10. 123. ראה ד"ה אך בגורל תשל"ה ס"ז [סה"מ מלוקט ח"א ס"ע קמג ואילך]. לקו"ש ח"ג ע' 784.
  11. 124. ירמי' כט, ז.
  12. 125. גיטין י, ב. וש"נ.
  13. 126. בחוקותי כו, יג.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.