ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לההוספותנח244

244

טער איד איז (בלשון הצ"צ33) "עצמו ובשרו הוא".

און די התאחדות פון אַלע אידן, איז מרומז אין חברון, כדלקמן.

ז. אויפן פסוק "בקרית ארבע היא חברון"34 שטייט אין זהר35: "בקרית ארבע אלו הארבע יסודות היא חברון שהיו מחוברים בגופו".

ומובן, אַז דער חיבור פון די ד' יסודות אינעם גוף האדם איז

ניט נאָר אַז אַלע פיר יסודות געפינען זיך צוזאַמען אין איין אָרט (גוף האדם), אָבער יעדער איינער פון זיי איז אַן ענין בפני עצמו36, אע"פ אַז אויך ווען כמה זאַכן געפינען זיך אין איין כלי, ווערן זיי נצטרף בנוגע לכמה דינים37,

[ובדוגמת מצות נטילת ד' מינים, אַז אע"פ (וואָס מצד דעם וואָס דורך דער מצוה איז מען ממשיך דעם מקיף פון סוכה בפנימיות38) דאַרפן זיי זיין פיר באַזונדערע מינים [וואָס ע"פ המבואר במדרשי חז"ל39 בענין הד' מינים איז מובן אַז זיי זיינען בדוגמת די ד' יסודות40] פונדעסטוועגן, זיינען זיי איין מצוה.

ועד"ז איז אויך אין כללות המצוות, אַז אע"פ וואָס יעדער מצוה האָט אַ תוכן מיוחד [ביז אַז ס'זיינען דאָ מצוות וואָס זיינען פון קו החסד, און פאַראַן מצוות וואָס זיינען פון קו הגבורה (היפך קו החסד)], אעפ"כ, איז די נקודה התיכונית פון אַלע מצוות איינע און די זעלבע — דער רצון העליון, וואָס איז העכער פון התחלקות41. ווי דער נוסח הברכה השווה ביי אַלע מצוות — "אשר קדשנו במצותיו וציונו". ביז אַז אפילו ווי דער רצון העליון קומט אַרויס אין פרטים — איז יעדער מצוה כולל אַלע איבעריקע מצוות, וואָס דערפאַר איז העוסק42 במצוה פטור מן המצות43].

אָבער "חברון" פון גוף האדם איז אין אַן אופן פון התאחדות גמורה, ביז אַז מען קען ניט פאַנאַנדערטיילן צווישן זיי און זאָגן אַז דאָס איז אש און דאָס איז מים וכו', נאָר זיי זיינען איין מציאות — גוף האדם.

וכשם ווי דאָס איז בנוגע צום גוף פון יעדער מענטשן (אידן) בפרט, אַז בכדי עס זאָל זיין אַ מציאות פון גוף האדם איז ניט גענוג דאָס וואָס די פיר יסודות געפינען זיך במקום אחד; ס'איז ניט מספיק אפילו אַז יעדער פון די פיר יסודות גיט אַ נתינת מקום צו די אַנדערע יסודות און ניט מנגד צו זיי, נאָכמער — זיי זיינען משלים זא"ז —

נאָר עס פאָדערט זיך אַז אַלע פיר יסודות זאָל ווערן איין מציאות —

הערות

  1. 33. סהמ"צ להצ"צ מצות אהבת ישראל פ"א. וראה ירושלמי נדרים פ"ט ה"ד.
  2. 34. חיי שרה כג, ב.
  3. 35. ח"א קכב, ריש ע"ב (במדרש הנעלם).
  4. 36. בלשון הרגצובי הרכבה שכנית — ראה מפענח צפונות פ"ח. וש"נ.
  5. 37. ראה שו"ע יו"ד סשכ"ה ס"א.
  6. 38. סידור רסג, סע"ג ואילך. וככה שם פפ"ד. פפ"ז. המשך תרס"ו ע' לב. ובכ"מ.
  7. 39. ויק"ר פ"ל.
  8. 40. ראה אוה"ת שמע"צ (ריש ע' א'תשפח) שד' מינים שבלולב הם כנגד ד' אותיות הוי' — וראה ט"ז או"ח סתרנ"א סקי"ד — וגם ד' היסודות "הם ד' אותיות הוי'" (לקו"ת במדבר ה, ריש ע"ב).
  9. 41. שהרי "הרצון דמצות הוא בחי' רצון עצמי שאינו מורכב בשום דבר" (המשך תרס"ו ע' נה), ו"כל המצות מתייחסים אל העצמות" (תו"ש ס"ע 190 ואילך). ולהעיר, שגם המדידה שבמצוות, מה "שדבר זה מצוה ובאופן כך וכך דוקא" הוא "לפי נושא העצמות" (המשך הנ"ל ס"ע תקכא).
  10. 42. סוכה כה, ב.
  11. 43. ראה המשך הנ"ל ע' סח. תקכב. ובכ"מ.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.