242

און קול הוי' (מצות — "בקולו תשמעו"12) בכל מקום ומקום] —

איז אַ הכנה און כלי צו "ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר גו'" וואָס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

ד. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע לעניננו:

ווי גערעדט אין דער פריערדיקער התוועדות13, איז דער פשטות ענין פון "ויעקב הלך לדרכו"14 הויבט זיך אָן נאָכן סיום וחותם פון חדש תשרי. הגם אַז "ויעקב הלך לדרכו" איז פאַראַן אויך אין חודש תשרי גופא — במוצאי יום הכיפורים15, ובפרט במוצאי שמחת תורה, וכידוע16 וואָס רבינו נשיאנו האָט איבערגעגעבן אַז אין ליובאַוויטש פלעגט זיין דער מנהג צו מכריז זיין במוצאי שמח"ת "ויעקב הלך לדרכו" — איז אָבער פשטות ענין פון "ויעקב הלך לדרכו" הויבט זיך אָן נאָכן סיום וחותם פון חודש תשרי (אותיות רשית17), דער חודש הכללי של כל השנה כולה18.

וע"פ האמור לעיל, איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז אַ דבר נכון וטוב ביותר, אַז די הכרזה פון "ויעקב הלך לדרכו" זאָל זיין אין אַזאַ אופן, אַז גלייך ווי זי ווערט געזאָגט אין די ד' אמות של תורה ושל תפלה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, זאָל זי תיכף ומיד דערהערט ווערן בכל קצוי תבל [וואו מען קען נאָר דערגרייכן דורך די ענינים פון חכמות העולם וועלכע זיינען נתגלה געוואָרן בזמן האחרון], צו יעדער אידן, ביז אויך צו נדחי ישראל — וואָס דאָס איז אויך אַ הכנה צו "נדחי ישראל יכנס"19, דורך משיח צדקנו.

ה. די שייכות מיוחדת פון דער הכרזה הנ"ל ("ויעקב הלך לדרכו") מיט היינטיקן טאָג בפרט:

היינט האָט מען ממלא געווען די שליחות וואָס מען האָט געבעטןגעגעבן אין דער התוועדות פון שבת בראשית, אַז אַלס המשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, זאל מען גיין מיטן זעלבן ניגון און ווערטער — אין "קרית ארבע היא חברון"20, און אויך אין ירושלים העתיקה המוקפת חומה, אין ביהכנ"ס וביהמ"ד פון כ"ק אדמו"ר הצ"צ (וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר איז ממלא מקומו) און ביים כותל המערבי —

איז מיט עטלעכע שעות צוריק — ווי ס'איז אָנגעקומען די ידיעות פון דאָרט (דורכן טלפון21) — האָט מען פאַרענדיקט דעם מילוי השליחות [סיי אין חברון, סיי ביים כותל המערבי און סיי אין ביהכנ"ס וביהמ"ד צ"צ], און ס'קען זיין אַז מ'איז נאָך ממשיך דאָרטן אין דעם פאַרבריינגען.

און וויבאַלד אַז די הקפות וועלכע מען האָט געפּראַוועט דאָרטן קומען דאָך (כנ"ל) בהמשך צו די הקפות דשמע"צ ושמח"ת, און מען האָט עס אויך פאַר

הערות

  1. 12. תהלים צה, ז. סנהדרין צח, סע"א.
  2. 13. דש"פ בראשית. וראה גם לקמן סעיף יג ובהערה 81.
  3. 14. ל' הכתוב ויצא לב, ב.
  4. 15. המשך וככה תרל"ז רפצ"ו.
  5. 16. ראה שיחת שמח"ת תרצ"ז, סה"מ תיש"א ע' 240.
  6. 17. אוה"ת סוכות ע' א'תשנו.
  7. 18. אוה"ת שם. ברכה ע' א'תתסו. ד"ה צהר תעשה תש"ב פ"ג.
  8. 19. תהלים קמז, ב.
  9. 20. ל' הכתוב חיי שרה כג, ב.
  10. 21. ע"ד הנ"ל סעיף א' וג'.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.