283
וכביאור חכמנו ז"ל אַז דאָס ענטהאַלט אויך, אַזוי ווי מ'וויל טאָן פאַר זיך, צו אויפפירען זיך אין טאָג טעגליכען לעבען לויט די אָנווייזונגען פון תורתנו הק' תורת חיים ובקיום מצותי' עליהם נאמר וחי בהם, דאַרפמען אויך אַזוי טאָן, בדרכי נועם, אַז אַלע אַרום זיך זאָלען מקיים זיין די אַלע מצות וועלכע זיינען זיכער מדאורייתא, אַלע מצות וועלכע זיינען מדרבנן, און דערנאָך אויך צוטרייען זיי צו הידור מצוה וכו' וכו' און מיר זיינען פאַרזיכערט געוואָרען, אַז דברים היוצאין מן הלב נכנסים אל הלב.
און לויט ווי איך האָב געהערט, אַז אין פּאַסייעק איז דאָ פיל צו אויפטאָן בנוגע חינוך על טהרת הקדש, וואָס פילע קינדער האָבען פאָרלויפיג נאָך ניט אַזאַ חינוך און אַזוי אויך צו אַנדערע ענינים על טהרת הקדש וכו' און איך האָף אַז ווי געזאָגט איר וועט טאָן אין דעם מיט גרויס ענערגיע והשי"ת יצליחו. . .
(ממכתב י"ח ניסן תשכ"ב)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.