278
ראה
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום א' פרשת ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה,
השם יתברך זאָל ממשיך זיין זיינע ברכות צו אייך און צו יעדערן פון דער פאַמיליע שי' ברכה בטוב הנראה והנגלה, אַזוי אַז מיט שמחה וטוב לבב, אָן קיינע ענינים המבלבלים זאָל מען טאָן ווי דער המשך פון פסוק, תשמעו אל מצות ה' אלקיכם, אַ הנהגה אין דעם טאָג טעגליכען לעבען לויט די אָנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים און מקיים זיין אירע מצות, אויף וועלכע עס שטייט, וחי בהם.
און איינגעשלאָסען אין דעם פאַרשטענדליך און פון די עיקרים אַז דער לערנען מיט די תלמידים בחינוך על טהרת הקדש זאָל זיין מיט אַ איבערגעגעבנהייט ומתוך שמחה.
וואָס אויב מעט אור דוחה הרבה חשך, געמיינט יעדער זאַך וואָס האַלט אָפּ אַ אידן פון דינען השי"ת צוזאַמען מיט זיינע בני בית, בשמחה ובטוב לבב, עאכו"כ אַז אַנשטאָט מעט אור, איז דאָ הרבה אור, תורה אור, ומאור שבתורה, פנימיות התורה תורת החסידות, הנהגה באורח חסידותי ללמוד חסידות בעצמו ועם אחרים.
און עס זאָל מקוים ווערן, דער שמחנו כימות עניתנו, אַז פון איצטער אָן און ווייטער, אך טוב וחסד ושמחה זאל זיין באַ יעדערן פון אייך און באַ אַלעמען צוזאַמען.
און בפרט אַז מיר דערנענטערן זיך צום חדש אלול, חדש הרחמים וואָס ווי רבנו הזקן זאָגט, אַז דענסטמאָל איז הקב"ה מקבל כל אחד ואחת בסבר פנים יפות (לקו"ת ד"ה אני לדודי) און קומט אַראָפּ עד למטה מעשרה טפחים. . .
(ממכתב כ"ב מנ"א תשכ"ב)
במענה על מכ' אשר בו מספר על דבר אחד ממכיריו, הנמצא בסביבת א"י, ונוסע ביום השבת לעיר שבה נמצאים יהודים, כדי לאכול, עכ"פ בש"ק, בשר כשר ולבלות איזה שעות בחברת אחב"י,
ושואל אם טוב עושה מכירו לחלל את השבת, כדי לאכול מאכל כשר ולחזק
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.