251
אין ענטפער אויף אייער בריף פון 1230 מיט דאָס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער זון שי' און זיין געדאַנק וואָס ער האָט אייך דערציילט.
און פאַרשטענדליך אַז דאָס איז דער גרעסטער אומגליק ר"ל וועלכעס קען טרעפען, אַז אַ איד זאָל טראַכטען, ווי איר שרייבט, וועגן אַ שיקסע, און מ'דאַרף טאָן אַלס מעגליכע צו פאַרהיטען פון דעם אומגליק און אַלס ערשטע ליגט די פליכט אויף עלטערן, און ספּעציעל אַז דאָס איז אַ אייביקער אומגליק, ניט נאָר בעולם הזה נאָר אויך בעולם הבא, און אויב עלטערן טוען אַלעס צו פאַרהיטען קינדער פון ניט גוטעס אויף דער וועלט אַליין, טאָ וויפל דאַרף שוין זיין די אָנשטריינגונג צו פאַרהיטען פון אַ אומגליק, דער גרעסטער, אין די ביידע וועלטען.
איך וויל ניט מאריך זיין אין אַזאַ טיפען ווייטדיקען ענין, וואָס מיט אַזעלכע טהאטען העלפט מען אַרויס היטלער'ן — ימ"ש — וואָס זיין ציל איז דאָך געווען, ס'זאָל זיין וואָס ווייניגער אידן, וואָס דאָס איז די וועג וואָס פירט צו דעם, און מ'דאַרף האָפען אַז דורך טאָן מיט דער געהעריגער אָנשטריינגונג צוזאַמען מיט אַ טיפע תפלה צו השם יתברך, פון יעדערן וועלכער איז פאַראינטערעסירט אין דעם אמת'ן גוטס פון אייער זון שי' און אַלס ערשטע פאַרשטענדליך די עלטערן און די גאָר נאָהענטע, וועט בריינגען צו אָפּהיטען און פאַרהיטען פון דעם גרעסטען אומגליק וואָס ער אַליין וויל בריינגען אויף זיך, ח"ו.
און השי"ת זאָל אייך העלפען צו אָנזאָגען אַ גוטע בשורה אַזוי ווי איר האָט געבראַכט [די] ידיעה וועגען דעם טיפען צער.
מ'האָט געדאַרפט בודק זיין די תפילין אייערע און אויך דעם זונ'ס שי' און די מזוזות אין אייער דירה אַז זיי זאָלען זיין אַלע כשר'ה ווי דער דין איז.
(ממכתב י"ז טבת תשכ"ד)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.