249
והשי"ת יזכהו להצליח בלימוד תורת הנגלה ותורת החסידות (וידוע אשר תפילין [ד]ר"ת הם מוחין דאבא השייכים יותר ללימוד פנימיות התורה) וישפיע ג"כ על זולתו לקרבו לנר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה מתוך אהבת ישראל.
(ממכתב א' כסלו, תשי"ד)
... בשאלתו אודות הנחת תפילין דר"ת — הנה בודאי נזהר בטבילת עזרא וכן לומד פנימיות התורה, בלי נדר, ולכן יתחיל בהנחתן ובודאי ילמוד ויחזור על דרושי התפילין אשר בכמה מספרי דא"ח (לקו"ת שה"ש, אמרי בינה, דרך מצותיך וכו') והשי"ת יצליחו...
(ממכתב ה' אלול תשי"ז)
... ער שרייבט מיר אויך וועגן דעם געשפּרעך בנוגע תפלין.
איך הייל מיך אויסדריקן שריפטליך מיין שטאַרקע האָפנונג, אַז תפלין, דער אות (צייכן) וואָס דער אויבערשטער גיט יעדער אידן און בעט כביכול, יעדער אידן עם אָנטאָן יעדער וואָכן טאָג — וועט ניט נאָר פּונקטליך ערפילט ווערן דעם אויבערשטען'ס מצוה — בקשה נאָר עס וועט אויך געטאָן ווערן בשמחה. ובפרט אַז ווי חכמינו ז"ל ווייזען אונז אָן, אַז "הוקשה כל התורה כולה לתפלין", תפלין זיינען אַ אָנדייטונג אויף אַלע מצות פון דער תורה: די תפלין של יד — וואָס מ'לייגט אויף דער האַנד — געגען האַרצען, דייטען אָן, אויף דעם האַרץ געפיל, און די תפלין של ראש — וואָס מ'טוט אָן אויפן קאָפּ — דייטען אָן אויף דעם שכל וואָס איז אין מוח, און אַז דער געפיל פון האַרץ און שכל-פאַרשטאַנד פון מוח זיינען איבערגעגעבען צו הקדוש ברוך הוא איז לויט זייערע אָנווייזונגען פירען זיך אויף אויך אַלע אַנדערע אברים, אין איינקלאַנג מיט דעם ווילען פון השם יתברך, ווי אָנגעוויזען אין דער הייליקער תורה, תורת חיים.
און די ברכה פון השם יתברך וויל מען דאָך געוויס יעדער טאָג אָן אויסנאַם, אַזוי אויך דאַרף זיין דאָס לייגען תפלין יעדער וואָכען טאָג, אָן אויסנאַם,
(און שבת און יום טוב, זאָגט דער אויבערשטער בתורתו — אַז די קדושה פון די טעג, פאַרבייט דעם ענין פון תפלין).
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.