258
וועמענס ביישטייערונגען באַ פאַרשידענע געלעגנהייטן האָט בייגעטראָגן צו דער אָפּערירונג און פונקציאָנירן פון דער שיף אום שבת.
ס'איז נאָך צוצוגעבן, אַז ס'איז אַ זעלטענע מעגלעכקייט צו מחלל שבת זיין בפרהסיא יעדן רגע פון דעם מעת-לעת פון שבת-קודש, אפילו ווען מען שלאָפט! וואָרום די שיף פאָרט דאָך אויך ווען מען שלאָפט. [דאַקעגן, זייענדיק אויף דער יבשה, וואָס פאַראַ סאָרט לעבן איינער פירט, איז ער אָבער ווייניקסטנס שלאָפנדיק ניט עובר אויף חילול שבת בפרהסיא].
דאָס אויבנגעשריבענע איז אין פולער קראַפט וואוהין די שיף זאָל ניט פאָרן און ווען זי זאָל אַרויספאָרן, אויב נאָר זי פאָרט אין מעת-לעת פון שבת. אין דעם פאַל קומט נאָך צו דאָס וואָס מ'וויל פאָרן אין אַ לאַנד וואָס אַפילו גויים רופן אָן "דאָס הייליקע לאַנד", ניט דערפאַר וואָס די יונייטעד ניישאָנס האַלט אַזוי, נאָר דערפאַר וואָס אַזוי איז געשריבן אין אונזער הייליקער תורה, וועלכע האָט פאַרבונדן דעם קיום פון ארץ ישראל ספּעציעל מיט אָפּהיטן שבת, ווי אָנגעוויזן אין פיל סדרות, צווישן זיי — בהשגחה פּרטית — אויך אין דער סדרה וואָס מ'גייט לייענען דעם שבת-קודש.
דאָס אויבנגעשריבענע איז שוין אויך אַ מאַקסימום אומגליק ר"ל, אָבער די נסיעה וועגן וועלכע איר שרייבט קומט דאָ נאָך צו אַן אומגליק אויף אַן אומגליק, וואָס אין צוגאָב צו די צוויי אָדער דריי שבתים וואָס ווי אויבנגעשריבן זיינען פאַרבונדן מיט חילול שבת בפרהסיא ח"ו, קומט אין דעם פאַל נאָך צו דער חילול פון ביידע טעג שבועות בפרהסיא, דער יום-טוב ווען עס איז געגעבן געוואָרן די עשרות הדברות, געגעבן געוואָרן מיטן גאַנצן שטורם, ווי עס ווערט דערציילט אין מדרשים, וואָס איינער פון די עשרת הדברות איז שמור את יום השבת לקדשו. מערניט וואָס מ'לעבט אין אַ צייט ווען מעגעוואוינט זיך צו צו אַלערליי אומגלויבלעכע זאַכן קען אויך פאָרקומען אַ געשעניש ווי אויבענגעשריבן, באין פּוצה פּה ומצפצף.
זעלבסטפאַרשטענדלעך ווייס איך, אַז עס זיינען דאָ אַזוינע וואָס האָבן גענומען אויף זיך די אחריות — ניט וויסנדיק ווי אַזוי אַ שיף ווערט אָנגעפירט, און צו דער זעלבער צייט האַלטנדיק זיך פאַר גרויסע עקספּערטן אין דעם — און האָבן מתיר געווען דעם חילול שבת בפרהסיא וואָס ווערט אָנגעפירט אין נאָמען פון כלל ישראל. און וועדליג ווי מ'דערציילט איז צו גלויבן אַז שבת זאָל אויף דער שיף שטיין אַ איד אין אַ טלית און דאַוונען צום אויבערשטן מקדש השבת, וויסנדיק אַז בשעת מעשה ווערט די מאַשינעריי אָנגעצונדן און אָנגעפירט דורך אידן, טעלעגראַמעס ווערן געשריבן און קאָמוניקאַציעס געמאַכט, געקאָכט און געוואַשן אאַ"וו, אַלץ דורך אידן, ספּעציעל פאַר אידן, און יעדערער פון די פּאַסאַזשירן באַנוצט זיך דערמיט, ווי אויך מיט עלעקטריציטעט, וואַסער, און אַלע באַדינונגען וואָס ווערן אָפּגעטאָן מיט חילול שבת.
אָבער ס'איז אויך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז תורתנו הקדושה ווערט דערמיט
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.