257

בהר

בתודה קבלתי מכתבו מכ"א סיון, ואחרי זה נתקבלו גם שני ספריו הלכות שמיטת קרקעות וס' קרבה שנת השבע.

ות"ח על כתבו המפורט ושימת לבבו לשלוח לי הנ"ל.

אף שאין הזמן גרמא לעיין בהענינים אודותם כותב ככל הדרוש, ובפרט לתווך למש"כ בס' לאור ההלכה וש"נ — הנה לכאורה צ"ע מפני מה בהנוגע לאילנות לא נזכר גם ענין מכירת הקרקע לזמן*, כיון שמהמלאכות הנעשות באופן שמתאר כת"ר זקוקים לסניף ההיתר, ולדעת כמה גדולים המכירה לזמן מועלת בזה, ועי"ז יצילו גם אלו שלמרות ההוראות יעשו גם ממלאכות שלא התירו, ושבעוה"ר נמצאים הם בכ"מ, כי מלאכה גוררת מלאכה. . .

(ממכתב כ"ה תמוז, תשי"ז)

מיט גרויס פאַרוואונדערונג און נאָך גרעסערן צער האָב איך געלייענט אייער בריוו, וועלכן איר הויבט אָן מיט אַ לויב צום אויבערשטן וואָס איר רעכנט (ח"ו) פאָרן אין ארץ ישראל מיט אַ שיף וואָס אירע בעלי-בתים זיינען אידן, און דער קאַפּיטאַן און מאַטראָסן און גאַנצע מאַנשאַפט און באַדינונג זיינען אַלע אידן אָדער 99 פון זיי זיינען אידן; און איר זעצט פאָר אייער שרייבן, אַז דער זכות פון די הייליקע אבות אבותינו זאָל מצליח זיין די נסיעה!

איך וואָלט גערעכנט, אַז ס'איז איבעריק צו דערקלערן די סיבה פון מיין גרויסן צער, אָבער דער אינהאַלט פון אייער בריוו ברענגט מיר צום שרייבן וועגן דעם ווייניקסטנס געציילטע שורות, כאָטש וויפל מ'וואָלט וועגן דעם ניט געשריבן וואָלט געווען ווייניק אין פאַרגלייך מיט דער האַרבקייט פון דער זאַך. אין קורצן:

אַ נסיעה אויף אַזאַ מין סאָרט שיף — איז יעדער פאָרער, שוין אָפּגערעדט פון דער מאַנשאַפט וואָס איז באַשעפטיקט אויף דער שיף, א) מחלל שבת ב) בפרהסיא, ג) נעמט אַן אָנטייל אין חילול השם בפרהסיא (אויך פאַר אַלע גויים) וואָס ווייסן פון דאָס אויבנדערמאָנטע, ד) דאָס ווערט געטאָן אין נאָמען פון גאַנצן אידישן פאָלק,

הערות

  1. *. מובן שאין כוונתי אלא שגם ימכרו לזמן (למרות החוששים ללא תחנם וכידוע דעת החולקים עליהם) אבל לא שיתירו עוד מלאכות — כיון שלא בא זה אלא לסניף.

מצוטט ב־1 עמודים

  1. אגרות קודש ח'תתכז לקו"ש חל"ב ע' 257

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.