242

... בנוגע לטבילתו במקוה (בקשר לאוזן) משימים באוזן מוך שרוי במים. ובכו"כ מקרים מתירים זה הרופאים אפילו לכתחילה.

(ממכתב שנת תשכ"ה)

... וואָס איר שרייבט, אַז אין דעם ענין פון באַוועגען צו אָפּהיטען טהרת המשפּחה, קען מען ניט קריגען ווער עס זאָל דאָס וועלען אָננעמען, איז חס ושלום צו זאָגען דאָס אויף אידען, און ווי עס זעהט אויס האָט איר ניט באַגריפען ריכטיג וואָס איך האָב אייך געשריבען, מיינענדיק אַז דאָס איז אַ טובה נאָר פאַר יענעם צו וועמען איר רעט, אָבער אין אייער פאַל און אין דער באַציהונג פון אייערע קינדער צו אייך, איז דאָס איינע פון די סגולות, אַז דורכן איינווירקען טהרת המשפּחה אויף אַנדערע, וועט קומען אַ בעסערונג אין דער באַציהונג פון אייערע קינדער צו אייך. און דעריבער דאַרפמען טאָן אין דעם, ווי מען טוט אַ זאַך וואָס רירט אָן זיך אַליין. און איך האָף אַז עס פאָדערט זיך ניט מערער ערקלערונג אין דעם.

בברכה צו גוטע בשורות ומנוחת הנפש.

(ממכתב ב' אייר, תשי"ז)

עס איז ערהאלטען געווארן אייער בריף פון. . און אויך דער פריערדיקער, און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה זי"ע, וועל איך מזכיר זיין די אלע וועגן וועלכע איר שרייבט וועגן זיי, יעדערן פון דעם וואס ער נויטיגט זיך.

דאס וואס איר שרייבט וועגן אייער טאכטער. . תחי', האָב איך שוין געשריבן אייך עטליכע מאל, אז ווען אַ טאכטער שטייט אין שידוכים, איז די ערשטע זאך דארפן עלטערן און ספעציעל א מוטער צו ריידן מיט איר וועגן דעם ווי א אידישע הויז דארף זיך פירן, און ספעציעל בנוגע צו טהרת המשפחה (מקוה), וואס נאר דאן ווען א איד פירט זיך אין דער וועג פון תורה קען א איד זיין גליקלעך.

און דעריבער איז ניטא קיין שום ארט צו שעמען זיך און ניט ריידן וועגן דעם, און אויך ניט באנוגענען זיך מיט איין מאל ריידן. און ווי עס ווייזט אויס פון אייער שווייגן אין דעם, האט מען ווייניג געטאן אין דעם אדער גארניט געטאן.

דעריבער פאר[שטיי] איך ניט וואס איז בא אייך דער וואונדער אז עס גייט ניט גלאטיק, ווען מען טוט ניט דאס וואס השם יתברך הייסט טאן.

מצוטט ב־1 עמודים

  1. אגרות קודש ח'תתקי לקו"ש חל"ב ע' 242

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.