ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לבהוספותתזריע231

231

איזה חשש מצד הדין (ואז יפרשו לפני רב והוא יורהו), או מצד הטבע והבריאות, שאז אף שידוע מרז"ל בזה (נדה לא, א) — כבר פסקו שנשתנו הטבעים (ראה רמ"א בשו"ע אה"ע סקנ"ו ס"ד, שו"ת מהר"מ שיק חיו"ד סרמ"ד. שד"ח כללים מע' ט' ס"ה וש"נ). [ולהעיר מרמב"ם (הל' גירושין פי"א הכ"א). ובטעמי מצות — לרח"ו — פ' בראשית ד"ה ובענין העונה], — ולכן צריך לשאול דעת רופא מומחה בזה. ובפרט בנדו"ד שראתה כתמים וכו'. ואכמ"ל.

(ממכתב י"ד מנ"א, תשי"ז)

... בהנוגע צו דעם אונטערזוכונג פון דעם דאָקטאָר, בכלל איז דער גאַנצער ענין פון דעם אונטערזוכען מער ניט ליתר שאת, און דעריבער דאַרף'ן אויסמיידען אַ אינוועניגסטע אונטערזוכונג אויף וויפיל עס איז מעגליך, און כמדומה ברור, אַז אַ חוץ אַ צוגאָב אין דער ידיעה פון דאָקטאָר, איז ניט פראַן קיין אַנדער נוצען אין דעם, און דעריבער איז אויף אַ איידעלען אופן ניט צו אָנרירען די געפילען פון דעם דאָקטאָר, דאַרפמען זיך אויסמיידען פון דעם, און האָפענטליך וועט דער ד"ר ניט דוקא באַשטיין אויף דעם, זעהענדיק אַז מען איז ניט צופרידען פון דעם, און וויסענדיק פאַר זיך אַליין, אויף וויפיל דאָס איז ניט מוכרח צו פּראַקטישקייט.

בהנוגע צו זייגען אַליין דעם קינד, איז דאָס זייער און זייער אַ גלייכע זאַך, און בפרט אין די לעצטע יאָרען האָבען אַפילו אַמעריקאַנער דאָקטוירים אָנגעהויבען צו ריידין און דרוקען אויף וויפיל דאָס איז גוט סיי פאַר דער מוטער און סיי פאַר דעם קינד. און דאָס וואָס איר שרייבט אַז איר זייט סענסיטיוו, איז אין דעם גאָר ניטאָ וואָס צו איבערטראַכטען, דאָס איז אַ נאָרמאַלע זאַך און אַזוי דאַרף דאָס זיין, וכמה שכתוב עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו וגו' און השם יתברך זאָל העלפען שהלידה תהי' באופן קל ובשעה טובה ומוצלחת ולד שלם ובריא ולגדלו לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

(ממכתב כ"ה אייר, תשי"ז)

... ובמה שכותב שלפעמים מפחדת, יש לבדוק המזוזות בדירתם, והתפילין שלו. וכן, שנוסף על מה שבודאי נוהגת במנהג הטוב של בנות ישראל הכשרות להפריש לצדקה קודם הדלקת הנרות בכל ערב שבת וערב יום טוב, הנה תעשה כן בכל יום חול בבקר להפריש לצדקה איזה פרוטות — עד לאחר הלידה בשעה טובה ומוצלחת. ויה"ר שגם בזה יבשרו טוב הוא וזוגתו שיחיו. ומובן שמתענין הנני

מצוטט ב־1 עמודים

  1. אגרות קודש ח'תתקט לקו"ש חל"ב ע' 231

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.