266

מיר פון דעם צוויי זאכען, אז א) מעדיצין זאכען, איז ניט אייער שליחות פון השי"ת אויף דער וועלט, ב) אז אפהיטען תורה ומצות, וואס אין דעם איז אויך אריינגענומען די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, הוכח תוכיח וכו' און אויך ווי עס שטייט אין דעם ספר תנא דבי אליהו, כי תראה ערום וכסיתו, אז מען זעהט א אידען א נאקעטען פון תורה ומצות, דארפמען זיך משתדל זיין צו באקליידען אים מיט תורה ומצות, אז אט דאס איז אייער ציעל, און שליחות צו וועלכער איר זייט באשאפען געווארען.

פון דעם איז פארשטענדליך, אז ווען איר וועט זאגען השערות און דיעות אין חכמת הרפואה, איז ערשטענס ווענדעט דאס אפ פון צו אויספירען אייער שליחות צו וועלכער איר זייט באשטימט, 2) אין די זאכען פון אייער רפואה, קאנט איר ח"ו נאר איבערפירען (קלקול) אבער בשום אופן ניט פארריכטען, דער איבערפירען אין דעם קאן זיין ח"ו, וויילע פון אויפרעגונג, דאכט זיך אייך אויס זאכען וואס וועלען ניט זיין, במילא שוואכט דאס אייער מזל, און עס שוואכט אפ אייער בטחון אין השם יתברך, דורך אייער אריינטראכטן און אריינטיפען זיך, וואס דער דאקטאר זאגט, און וואס וועט יענער פראפעסאר צוטראכטען, א. ז. וו.

און אז איר פרעגט מיין מיינונג, זאג איך אייך, אז איר דארפט זיך פירען, ווי די תורה הקדושה פאדערט, און די תורה זאגט, אז זי — די תורה — האט געגעבען רשות אויף צו היילען, ד.ה. די תורה האט געגעבען רשות מענשען צו ווענדען זיך צו דאקטוירים, און האט געגעבען רשות און מעגליכקייט צו די דאקטוירים, נאר אויף אויסצוהיילען און פארריכטען דעם מענשן, און דערפאר פירט זיך די וועלט, אז מען גייט צו א דאקטאר און דערנאך טוט מען דאס וואס זיי ווייזען אן טאן, און איר האט מער ניט וואס צו טאן אין דעם, און דארפט דאס איבערלאזען צום דאקטאר, און וואס איר דארפט טאן איז, זיין זיכער בהשם יתברך אז איר וועט האבען אריכות ימים ושנים, און לויט ווי עס שטייט אין פסוק יראת ד' לחיים, איז וואס אלעס שטארקער אייער בטחון וועט זיין בהשם יתברך, און וואס ווייניגער ספיקות אין דעם, און וואס מער איר וועט זיך אוועקגעבען אויף אויסצופירען אייער שליחות אין דער וועלט — ווי פריער געזאגט — צו היטען תורה ומצות און אויך ווירקען אין דעם זין אויף אנדערע, אלץ מער אריכות ימים ושנים וועט איר האבען, כפשוטו אן פשט'לעך אין דעם, און פארגעסט אין גאנצען אויף דעם רעפארט און וואס איר האט געלייענט אין מעדיצינישע ביכער, וויילע דאס איז ניט אייער שליחות און עס געהערט אינגאנצען ניט צו אייך, און וויבאלד דאס געהערט ניט צו אייך, קען דאס אייך ניט בעסער מאכען און בדרך כלל מאכט דאס גאר ח"ו פארקערט.

איר זאלט זעהען צו זאגען אלע טאג א יום תהלים (ווי דער תהלים איז פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חודש) נאך דעם דאוונען אין דער פרי, און לערנען אלע טאג חומש מיט פרש"י, און אויך איינטייל נעמען אין די שיעורים וועלכע מען לערנט ברבים, וואס איינער פון די שיעורים לכל הפחות זאל זיין דער לימוד החסידות, און זעלבסטפארשטענדליך צו שטעלען זיך דעם ציעל (מטרה) ווי

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.