265
יסכים לעשות הנתוח ועתה, הרי יהי רצון שיהי' הנתוח כשורה ובשעה טובה ומוצלחת, ובהש"ק שלפני הנתוח יאמר את כל התהלים — ואם באפשר בלי הפסק, היינו גם בלא אמירת יהי רצון כ"א אחר כל הספרים — וכשידע ברור יום הנתוח יודיע לכאן. . .
(ממכתב א' שבט, תשי"ב)
איך האב ערהאלטען אייער בריף פון כ"ד טבת, אין וועלכען איר באשרייבט אייער לאגע, און אז איר האט געזעהען דעם רעפארט פון דעם דאקטאר און ווי דאס האט געווירקט אויף אייך, און ווי איר מאלט זיך אויס די צוקונפט און דערפאר זאגט איר תהלים און בעט בא השי"ת, און פרעגט מיין מיינונג:
ענטפער:
דאס וואס איר זאגט תהלים און בעט דעם רבונו של עולם, דאס איז געוויס גוט, וויילע ער ברוך הוא איז דער בעל הבית אויף דער גאנצער וועלט און אויף יעדער מענשן מיט אלע זיינע איינצעלהייטען, אבער דאס וואס איר שרייבט אז איר האט זיך אריינגעטראכט אין דעם רעפארט פון דעם ד"ר, און מאלט זיך אויס די צוקונפט, בין איך ניט איינפארשטאנען מיט אייך, וויילע דאס געהערט ניט אן צו אייך לגמרי, און ניט אויף דעם זייט איר באשאפען געווארען.
הרה"ג וכו' מוה"ר. . . שרייבט מיר, אז איר זייט א איד א בעל תורה ומצות, במילא איז דאך זיכער, אז איר גלויבט, אז השם יתברך איז דער אדון עולם — דער בעל הבית פון דער וועלט — און מיר זעהען אפילו אין מענשליכע בעל'בתי'שקייט, ווען מען איז א גוטער בעל הבית, אז אלעס איז בא עם פאנאנדערגעטיילט, אז איינס זאל ניט מישען דאס אנדערע, און יעדער טייל פון דער בעל'בתי'שקייט זאל דינען צו דעם צוועק, אויף וואס דאס איז געמאכט געווארען און אויב עס איז ריכטיג אזוי בא א מענשן וועלכער איז באגרעניצט אין אלע זיינע ענינים, און קאן במילא צייטענווייז מאכען אויך א טעות, איז מכל שכן וקל וחומר אז עס איז זיכער אזוי אין דעם רבש"ע בעל הבתי'שקייט, אז יעדער זאך וואו עס געפינט זיך, דארף ערפילען איר ציעל און שלימות — פארפאלקאמונג — אין איר שליחות, און אז מען חאפט אן צו טאן א אנדער ענין, איז פאראן אין דעם צוויי חסרונות א) ווי באלד דאס איז ניט צוגעפאסט צו איר ענין, מאכט דאס נאר קאליע — מקלקל — ב) דאס ציט אפ — ווענדעט אפ — פון צו ערפילען די שליחות אויף וועלכע זי איז באמת באשטימט.
און דאס אלעס אויבען געזאגטע, איז אויך אננעמבאר אין אייער ענין, צוליב פילע אורזאכען, וועלכע זיינען געוויס בהשגחה פרטית, איז אייער פראפעסיע, ניט קיין מעדיקער, און זייט ערצויגען געווארען אלס איד א שומר תורה ומצוה, ווייסען
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.