286

וועלן זיין כשר'ע אידן, וואָס דאָס גיט די אמת'ע פאַרזיכערונג אַז זיי וועלן אויך זיין אידן גוטע און מענטשן גוטע, אין אַלע הינזיכטן פון דעם וואָרט.

ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז אויב עס פאָדערט זיך אַזאַ פאַרפליכטונג לגבי יעדן אידישן קינד, וואו ער זאָל זיך געפינען און אין וועלכע באַדינגונגען ער זאָל וואַקסן, איז עס פון ספּעציעלער וויכטיקייט לגבי די קינדער וועלכע געפינען זיך אין אַ לאַנד, וואָס אפילו ניטאידן רופן דאָס אָן "הייליגע לאַנד". דערצו האַנדלט זיך דאָ וועגן אידישע קינדער וועמענס יונג לעבן איז, צוליב פאַרשידענע סיבות, ליידער ניט געווען דרוכאויס פריי פון זאָרג און שוועריקייטן, ווי קינדעריאָרן דאַרפן זיין. דאָס אַלעס פאַרגרעסערט דעם זכות און פאַרגעניגען פון די אַלע וואָס נעמען אַן אָנטייל אין אויספאָרמירן און דערציען די קינדער אין דעם געהעריגען וועג. גלייכצייטיג פאַרגרעסערט עס זייער אחריות פאַר דעם; אָבער דער אויבערשטער פאַרזיכערט, אַז אַ מענטש וואָס האָט פאַרגרעסערטע אחריות זאָל זיין פאַרזאָרגט מיט פאַרגרעסערטע מעגלעכקייטן, כדי צו קענען נאָכקומען אַלע פאַרפליכטונגען אין דער פולסטער מאָס, און — ווי אַלע זאַכן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן — ערפילן זיי אין אַ גוטער שטימונג, מיט שמחה און התלהבות.

איך ערלויב מיר צוצוגעבן נאָך אַ פּונקט: אויב דאָס אַלעס געשריבענע גילט ספּעציעל פאַר די אַנשטאַלטן און אינסטיטוציעס וואָס ווערן גערופן אויף אייער נאָמען, אָדער אויפן נאָמען פון אייערע נאָענטע — וואָס דאַן איז דאָך די אחריות קלאָר און אויסדריקלעך, און ווי געזאָגט, צוזאַמען דערמיט אויך דער זכות אינגאַנצן אייערער — איז דאָס אָבער אויך גילטיק לגבי די אַלע אַנשטאַלטן וואו איר קענט האָבן אַן איינפלוס און השפּעה. און הערנדיג פון פאַרשידענע זייטן וועגן דער באַציאונג צו אייך אין פאַרשידענע קרייזן אין ארץישראל, איז אייער איינפלוס אַ גאָר שטאַרקער, פיל שטאַרקער און פיל פאַרשפּרייטער ווי איר שטעלט זיך פאָר. אַזוי אַז מ'וועט זיכער אָננעמען יעדן פאָרשלאַג פון אייך אין דער אויבענגעשריבענער ריכטונג, אפילו אין אַזעלכע קרייזן וואָס, לויט זייער איינשטעלונג, וועט דאָס אפשר זיין פאַר זיי אַ נייעס.

שטייענדיג אויף מאָרגען נאָך דעם יאָרצייטטאָג פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז צייטיג צו דערמאָנען און אָפּשאַצן זיין אינהאַלטסרייכן לעבנסוועג, און ספּעציעל צו אונטערשטרייכן דעם לייטמאָטיוו און גאָלדענעם פאָדעם וואָס ציט זיך אין פאַרלויף פון זיין גאַנצן לעבן. די אָפּלערנונג דערפון איז, אַז אפילו איין איינצלנער איד, אויב ער שטעלט זיך מיט דער גרעסטער שטאַרקייט פאַר אַן אמת'ן אידעאַל, באַקומט ער אומגעהויערע מעגלעכקייטן איבערצוקומען שוועריקייטן, וואָס אויפן ערשטן אויגנבליק ווייזט זיך אויס אַז ס'איז גאַנץ אוממעגלעך. אמת טאַקע, ער האָט געהאַט אויסערגעוויינלעכע כוחות וואָס איז גאָר זעלטן צו געפינען באַ מענטשן, ווי באַוואוסט צו אַלע וועלכע האָבן נאָכגעפאָלגט

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.