272
די צוגעבונדנקייט פון דער אידישער פרוי צו "ארץ הקדש" איז אַן אויסדרוק פון איר איבערגעבנקייט צו אַלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, וואָס דריקט זיך אויס נאָך אין אַ שטאַרקערע פאָרם ווי באַ די מענער, פון צייט צו צייט.
דערפון איז אַן אָנווייזונג אויך פאַר אונזער דור, אַז די פרויען קענען פיל אויפטאָן צו פאַרשטאַרקן אַלע ענינים פון קדושה, תורה ומצוות, צוערשט אין זייער אייגענע היים און צוזאַמען דערמיט אויך אין דער סביבה אין אַ פּאַסנדן אופן, און אַזוי אַרום מאַכן באַ זיך אינדערהיים און אין דער סביבה אַן "ארץ הקדש" פאַר דער גטלעכער שכינה.
דאָס איז דאָך פון די אויפגאַבען פון די חב"ד פרויען אומעטום, וועלכע האָבן נאָך דעם ספּעציעלן זכות וואָס זייער וועג איז באַלויכטן מיט דער ליכטיקייט פון חסידות און חסידישע טראַדיציעס.
און פּונקט ווי צוזאַמען מיט ארץ ישראל זיינען געגעבן געוואָרן אַלע גטלעכע ברכות פון ארץ זבת חלב ודבש אויך אין דעם מאַטעריעלן זין, אויב נאָר מען וועט זיך אויפפירן לויט דעם אויבערשטנס רצון, אַזוי זיינען שטענדיק אָנגעגרייט אַלע
גטלעכע ברכות פאַר אַלעמען וועלכע העלפן פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן תורהאידישקייט, לויט זייערע פולסטע מעגלעכקייטן.
השם יתברך זאָל מצליח זיין אייער אַרבעט אין אַ שטייגענדער מאָס, און זאָל אייך באַגליקן בטוב הנראה והנגלה אין אַלץ וואָס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה לבשורות טובות.
(ממכתב י"ג סיון, תשכ"ה)
... לכתבו אשר ישנם מלעיגים עליו — לא דבר חדש הוא שמלעיגים על התומ"צ. וכן הי' חלקם של כו"כ החרדים לדבר ה', מתחיל מאברהם אבינו. וראה התחלת (ויסוד) כל ד"ח שו"ע: ולא יתבייש כו'. וכבר נאמר — ה' אתנו אל תיראום.
(ממכתב כ"ג מ"ח, תשכ"ג)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.