271

שלח

אין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן אייער פאָרשטייענדן יערלעכן לאָנטשאָן ביום א' פרשת שלח לך, הבע"ל, יהי רצון אַז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.

עס איז באַקאַנט דער וואָרט פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אַז די פרשה פון דער וואָך אַנטהאַלט אָנווייזונגען פאַר דעם טאָגטעגלעכן לעבן, ספּעציעל אין צוזאַמענהאַנג מיט אויסערגעוויינלעכע געשעענישן.

די אונטערנעמונג היינטיקס יאָר קומט פאָר אין דער וואָך פון דער פרשה שלח*, וואו עס ווערט דערציילט, אַז משה רבנו האָט געשיקט שלוחים אַרומקוקן ארץישראל, און אַז די שלוחים האָבן געבראַכט אַ ניטריכטיקן באַריכט. דערציילן אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אַז די פרויען האָבן זיך ניט אָפּגעשראָקן פאַר דעם אומגינסטיקן באַריכט און זיי האָבן ווייטער געוועלט אָנהאַלטן זייער וועג צו ארץ ישראל, ארץ הקודש, לויט דעם אויבערשטנס רצון. די פרויען זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל, אַז ארץ ישראל איז אַ לאַנד פון קדושה און ספּעציעלע גטלעכע השגחה, ווי די תורה זאָגט: ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה — אַ לאַנד וואו די ספּעציעלע גטלעכע השגחה איז פון אָנהויבס יאָר ביז ענדע יאָר.

ווי עס איז מערערע מאָל אונטערשטראָכן געוואָרן, איז די תורה אַן אייביקע, און אַלע אירע אָנווייזונגען זיינען אייביקע, דאָס הייסט גילטיק אומעטום און אין אַלע צייטן.

הערות

  1. *. לתוכן מכתב זה ראה ג"כ לקו"ש ח"ח ע' 300. המו"ל.

מצוטט ב־1 עמודים

  1. אגרות קודש ח'תתקצב לקו"ש חל"ג ע' 271

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.