269
בהעלותך
מיט פאַרגעניגען האָב איך באַקומען די ידיעה וועגן אייער פאָרשטייענדן לאָנטשאָן ביום א' פרשת בהעלותך את הנרות, הבע"ל.
השם יתברך זאָל העלפן, אַז די אונטערנעמונג זאָל געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
לויט דעם באַקאַנטן וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, אַז די פרשה פון דער וואָך אַנטהאַלט אָנווייזונגען פאַר אַלע געשעענישן פון דער וואָך, איז כדאי צו באַמערקן און אונטערשטרייכן די באַדייטונג פון די ווערטער בהעלותך את הנרות — "ווען דו וועסט אָנצינדן די ליכט". לויט ווי רש"י דערקלערט אויף אַן אָרט, האָט מען געדאַרפט אָנצינדן די ליכט פון דער מנורה אין בית המקדש אין אַן אופן אַז דער פלאַם זאָל אויפגיין פון זיך אַליין (שתהא שלהבת עולה מאלי').
און דאָס איז אויך די אויפגאַבע פון אַ גוטן חינוך, אַז דער תלמיד און תלמידה זאָלן קענען שטייגן זעלבסטשטענדיק דורך דעם פלאַם פון נר מצוה ותורה אור, וואָס זייערע מחנכים און דערציער צינדן אָן אין זייערע נשמות.
די פאַרווירקליכונג פון דער דאָזיקער אויפגאַבע ווערט נאָך פאַרלייכטערט דורכדעם וואָס די נשמה אַליין, די נפש אלקית וואָס יעדער איד, מאַן און פרוי, האָט, איז לויט איר אינערלעכע נאַטור גענויגט און שטרעבט צו תורה ומצוות. עס איז בלויז נויטיק צוצוגרייטן די "קנויטלעך" — אַראָפּצונעמען די שטערונגען און איינרעדענישן פון דעם יצר הרע; און דאַן איז שלהבת עולה מאלי'.
די מוסדות אין. . וואָס איר שטיצט דורך אייער איבערגעבענער אַרבעט, פירן דורך די דאָזיקע אויפגאַבע, און איר האָט אַ גרויסן חלק און אַ גרויסן זכות אין דער שותפות. אָבער ווי אין אַלע זאַכן פון גוטס און קדושה, וואו עס איז שטענדיק דאָ אָרט צו מוסיף זיין, אַזוי איז צו האָפן, אַז איר וועט אויך מוסיף זיין אין אַלע אייערע טעטיקייטן לטובת די מוסדות הק', וועלכע זיינען געגרינדעט געוואָרן, און ווערן אָנגעפירט, אין דעם גייסט און דרך פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
דער אויבערשטער זאָל העלפן אַז איר זאָלט מצליח זיין אין אייער אַרבעט אין אַ שטייגענדער מאָס, און זאָל אויך באַגליקן בטוב הנראה והנגלה, אייך און אייערע בני בית שיחיו, אין אַלץ וואָס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.
בברכה להצלחה
ולבשורות טובות.
(ממכתב אסרו חה"ש, תשכ"ה)
מצוטט ב־1 עמודים
- אגרות קודש ח'תתקצ לקו"ש חל"ג ע' 269
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.