266

בכו"כ פרטים, אף שראו במוחש החורבן הגדול שגרמה אי שימת הלב להנשים ובנות, נוסף על דרז"ל שמות רבה שאמר השי"ת בנתינת התורה, כה תאמר לבית יעקב תחלה, ואח"כ תדבר לבני ישראל, והוכחה בזה שבמצות עה"ד הי' לא כן וגרם מה שגרם עד סוף כל הדורות.

מובן שאין כוונתי בזה להטיף מוסר, אלא שיחפש הוא עצות ואותיות אשר יבהירו את המצב כמו שהוא, אפילו גם בענינים אלו שלא הורגלו עד עתה. . .

(ממכתב ו' טבת, תשט"ו)

בתמהון קראתי במכתבו ל. . שי' כאילו שיש ח"ו עליו קפידא וכו'.

ומובן שאין לזה כל יסוד, וככתוב לאחדים שבכלל אין אני רואה תועלת מקפידא, יכול להיות שלפעמים יש צער מהנהגה בלתי רצוי', או מזה וואָס מען ניצט ניט אויס די ברכה והצלחה וואָס השי"ת גיט, און עס טוט וויי די האַרץ וואָס די ענינים קענען זיין בעסער ווי זיי זיינען און צוליב דברים של מה בכך, ניצט מען ניט אויס די ברכות השי"ת.

מזה מובן שקפידא ענין הפכי לגמרי ועאכו"כ יותר מקפידא, עס האָט אָבער אַ אָרט אין אייער ענין דאָס צער וואָס אויבען געזאָגט, דאָס האָט אָבער קיין שייכות, צו אַריינלערנען אין מיין בריף דאָס וואָס ניט געשריבען, אָדער אַז צוליב דעם ווערט אָפּגעהאַלטן דער ענטפער (וועלכעס מערסטענס איז דאָס צוליב טרדות רבות).

און איך מיין דערמיט, דאָס וואָס איך האָב שוין אייך דאַכט זיך געשריבען, דער ענין פון שייטל באַ אייך אין הויז, און ווי איך האָב שוין, כמדומה, אייך מרמז געווען, אַז די זאַך ענדערט זיך ניט און פשיטא אַז עס ווערט ניט מתוקן, מיט דעם וואָס מען איז מעלים עין פון דעם, והשי"ת לפניו נגלו כל תעלומות. און דער צער אין שייכות מיט דעם איז פאַרשטענדליך, לויטן זהר הק' (ווערט אַראָפּגעבראַכט אין אחרונים שו"ע או"ח) חלק ג' קכ"ו ע"א, בעיא איתתא לאיתכסא בזיוותא דביתא (מזה מובן עד כמה עוד יותר מבחוץ לבית) ואי עבדת כן. . בנהא יסתלקן בחשיבו כו' מתברך בכולא בברכאן דלעילא בברכאן דלתתא בעותרא בבנין בבני בנין, עיי"ש היטב.

איך וויל באַטאָנען נאָך אַמאָל, אַז דאָ איז ניט פראַן קיין מינה ומקצתה פון אַ ענין של קפידא, נאָר אַ פאַרדרוס און ווייטאָג, וועלכער ווערט נאָך פאַרגרעסערט אַריינטראַכטענדיק זיך אין דעם א.ג. מסירות נפש כביכול וואָס עס פאָדערט די הנהגה הרצוי' לגבי דעם פאַרלוסט, און נאָך מער נעמענדיק אין אַכט דעם אָרט וואו

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.