259
און איצט ערלויב איך מיר אַ פּערזענלעכע באַמערקונג, וואָס איז פאַרבונדן מיט אונזער שמועס בשעת מיר האָבן זיך געטראָפן באַ מיר אין צימער. אייער סעריע אַרטיקלען "און די וועלט האָט געשוויגן" האָט אין מיר נאָכאַמאָל דערוועקט דעם געדאַנק, וואָס איך וויל דאָ אויסדריקן, באַ דער געלעגנהייט:
צו געדענקען און ניט צו פאַרגעסן, ווי די תורה זאָגט: זכור את אשר עשה לך עמלק — איז זעלבסטפאַרשטענדלעך אַ פּאָזיטיווע זאַך; אין דעם לשון פון אונזערע חכמים ז"ל איז דאָס אַ מצותעשה. בפרט ווען מען זעט די וואַקסענדע טענדענץ און די באַמיאונג צו פאַרגעסן און מאַכן פאַרגעסן.
אָבער נאָך דעם אַלעמען, איז דאָס געדענקען — בלויז איין טייל פון דער אויפגאַבע וועלכע ליגט אויף אונז. די אַנדערע, און אפשר נאָך וויכטיקערע טייל, איז צו אַרבעטן און ווירקן אַקטיוו קעגן דער אַזויגערופענער "פיינאַל סאָלושאָן" וואָס היטלער, פּונקט ווי המן האָבן געהאַט אין זינען.
די קעגנווירקונג דאַרף זיך אויסדריקן דורך מעשים אין דער ריכטונג פון "כן ירבה וכן יפרוץ". צו דערגרייכן דעם ציל וועט ניט העלפן דאָס וואָס מען וועט זיך שווער מאַכן אויפן האַרצן דורך כסדר דערמאָנען זיך און ניט פאַרגעסן, ווי וויכטיק דאָס איז. מ'מוז פאַרגרעסערן און פאַרשפּרייטן די דערמוטיקונג אויפצובויען דעם אידישן פאָלק, אַלס אידיש פאָלק, און פּשוט אין דעם געביט פון ויפרו וירבו ויעצמו במאד מאד — פּונקט פאַרקערט פון דעם געפּלאַנטן "פיינאַל סאָלושאָן".
ווי אין אַלע זאַכן, אַזוי אויך אין דעם, איז נויטיק — אין צוגאָב צו מינדלעכער דערמוטיקונג — צו ווייזן אַ לעבעדיקן ביישפּיל. בפרט איינער וואָס האָט אַליין איבערגעלעבט די אַלע זאַכן, דאַרף זיכער ווייזן, אַז ניט נאָר האָט היטלר י"ש ניט אויסגעפירט, נאָר אויף צו להכעיס אים און זיינע אַרויסהעלפער וועט ער דוקא אויפשטעלן אַ גרויסע פאַמיליע מיט זין און טעכטער און אייניקלעך.
איך ערלויב מיר צו זאָגן מיט דער גאַנצער שטאַרקייט, אַז ניט קוקנדיק ווי וויכטיק עס איז צו דערציילן דעם איצטיקן דור וואָס עס האָט פּאַסירט מיט אונז, און ווי שווער עס זאָל ניט זיין צו באַפרייען זיך פון יענע זכרונות און איבערלעבונגען, איז אָבער, לויט מיין אויפפאַסונג, די ערשטע אויפגאַבע מקיים צו זיין "בעל כרחך אתה חי", מיט דעם טראָפּ אויף אתה חי, ד.ה. עס זאָל זיך אָנזען די לעבעדיקייט. מיט אַנדערע ווערטער: איר דאַרפט מאַכן יעדע אָנשטרענגונג אַרויסצורייסן זיך אין דעם מאָמענט פון יענע איבערלעבונגען און אַריינצוגיין אין אַ סדר חיים, אַ פאַרהייראַטן לעבן, אויפצושטעלן אַ אידישע היים און אַ אידישע פאַמיליע. דאָס וועט זיכער בייטראָגן צו היטלער'ס מפּלה, אַז ער האָט ניט אויסגעפירט צו מאַכן ווייניקער מיט אַ וויזשניצער חסיד; אדרבה, איר וועט אויפהאָדעווען קינדער און אייניקלעך, וויזשניצער חסידים עד סוף כל הדורות. איך מיין דאָ ניט סתם אַ גלייכווערטל, כאָטש איך בין ניט מדייק און באַשטיי אַ וויזשניצער אָדער אַ ליובאַוויטשער, אָדער סתם אַ איד שומר תורה ומצוה. אָבער אויב דאָס קען זיין אין דעם אופן, איז געוויס
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.