258

אין 20'טן יאָרהונדערט, האָבנדיק דערגרייכט אַזאַ ציוויליזאַציע, מיט פאַרשידענע "הויכע" פילאָזאָפישע סיסטעמען, מיט אַ פאַרשפּרייטע הויכע בילדונג, מיט אַזאַ שולוועזן און אַזויפיל אוניווערזיטעטן, מיט אַזאַ הויכע עטיק און שיינע מאַניערן, קען ניט פּאַסירן דאָס וואָס עס האָט פּאַסירט אין די "פינסטערע צייטן פון מיטלאַלטער". די דאָזיקע שטימונג האָט זיך אויסגעדריקט אין דער ליטעראַטור, אין דער פּרעסע, און אויך אין מינדלעכע געשפּרעכן פון פירנדע פּערזענלעכקייטן און דענקער. דערמיט האָט מען געוועלט אָפּשלאָגן דעם "פאַרעלטערטן" צוגאַנג פון תנ"ך, אַז "חסד לאומים חטאת", און רשב"י'ס באַהויפטונג אַז "הלכה ידוע שעשו שונא ליעקב". פּלוצלונג איז געקומען דער גרויסער קראַך, און די גאַנצע קולטור און ציוויליזאַציע פון דעם 20'טן יאָרהונדערט איז צוזאַמענגעבראָכן. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז עס איז גאָר קיין סתירה ניט וואָס פון איין זייט איז ער אַ פילאָזאָף, אָדער אַ פּאָעט, מיט שיינע מאַניערן, און נעמט אויס אין אַ הויכער געזעלשאַפט אין אַ סאַלאָן אין בערלין, און דער זעלבער מענטש קומט דאַן אין טרעבלינקא אד"ג און טוט אָפּ די אַלע זאַכן וועלכע זיינען דאָרט אָפּגעטאָן געוואָרן. און דאָ האַנדלט זיך ניט וועגן אויסנאַמספאַלן, "מאָנסטערס" און פאַרזעענישן בצורת אדם, נאָר וועגן אַ 100 מיליאָן מענטשן, אַ גאַנץ פאָלק. און דערביי — ציטירנדיק די קעפּלעך פון אייערע אַרטיקלען — "די וועלט האָט געשוויגן". דערצו קען מען נאָך צוגעבן אַן אונטערקעפּל, אַז אַ גאָר חשובע טייל פון דער וועלט איז געווען צופרידן וואָס "די זאַך" ווערט אָפּגעטאָן (און (אָדער) חאָטש ס'ווערט אָפּגעטאָן דורך אַנדערע).

אויב די היטלער געשיכטע האָט ערגעץ געדאַרפט אָנרירן דעם גלויבן, האָט זי געדאַרפט און ניט נאָר אָנרירן נאָר אויך קלאָר באַווייזן, אַז מען קען זיך ניט פאַרלאָזן אויף דעם מענטשלעכן געפיל פון צדק און יושר, ווען אפילו דער מענטש האָט הויכע בילדונג און אַן אוניווערזיטעט דיפּלאָמאַ, און איז אויך דער זון פון אַ דיפּלאָמירטן אַקאַדעמיקער.

צום באַדויערן, און צו שאַנדע, האָט מען מורא אַרויסצוקומען מיט אָט דעם באַשיינפערלעכן אויספיר, שוין אָפּגערעדט פון די לאָגישע קאָנסעקווענצן צו וועלכע דער אויספיר דאַרף פירן בנוגע דעם טאָגטעגלעכן לעבן. די דאָזיקע אומפאַרציילעכע צוריקגעהאַלטנקייט געפינט מען ליידער אויך באַ פרומע וואָרטזאָגער, און אַפילו באַ אַזעלכע וואָס האָבן מיט די אייגענע אויגן געזען וואָס מענטשן קענען אָפּטאָן אויב מ'לאָזט זיי איבער אין זייער אייגענעם רשות. און דאָס איז, ווי געזאָגט אין אָנהויב בריוו, ווייל מ'זוכט זיך לייכטער און באַקוועמער צו מאַכן דאָס לעבן, און עס זאָל זיך שלאָפן בעסער. וואָרום ס'איז לייכטער מיטצוגיין מיט דער וועלט, כאָטש ס'איז די זעלבע וועלט וואָס האָט געשוויגן, און אין אַ גרויסען טייל געווען אויך צופרידן אין האַרצן.

***

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.