256

דעריבער געפינען מיר טאַקע, אַז דער ערשטער וועלכער האָט זיך אויסגעדריקט די טענה איז געווען אברהם אבינו, דער גרויסער מאמין און פאָטער פון די מאמינים בני מאמינים. אויך דערציילן אונזערע חכמים ז"ל, אַז דער ערשטער וועלכער האָט אויפגעהויבן די פראַגע פון "צדיק ורע לו, רשע וטוב לו" איז געווען ניט קיין אַנדערער ווי משה רבנו, דער וועלכער האָט ערקלערט צו די אידן, און צו דער גאַנצער וועלט, די אידייע פון "אנכי ה' אלקיך" און "לא יהי' לך אלקים אחרים", וואָס "אלקים אחרים" איז כולל אויך דעם מענטשלעכן שכל און פאַרשטאַנד ווען מען מאַכט זיי אַן אָפּגאָט און פוסק אחרון.

דעריבער האָט מיר געוואונדערט, וואָס איר האָט ניט פאָרגעזעצט דעם געדאַנקעןגאַנג און ניט אַרויסגעבראַכט דעם אויספיר. וואָרום, ווי איר ווייסט, איז דער ענטפער אויף משה רבינו'ס טענה — בשעת, לויט דער דערציילונג פון חכמינו ז"ל, מען האָט אים געוויזן אַז מען האָט געריסן רבי עקיבא'ס פלייש מיט אייזערנע קאמען א.ז.וו. און משה רבינו האָט אויפגעשטורמט "זו תורה וזו שכרה!" — (איז דער ענטפער) געווען: "שתוק, כך עלה במחשבה!"

לאָמיר געדענקען, אַז משה רבנו'ס טענה איז דאָך ניט געווען בלויז אין ווערטער, נאָר בעיקר אין געדאַנק. דעריבער איז דער ענטפער "שתוק" ניט געווען אַן אָנזאָג ניט צו ריידן וועגן דעם, נאָר אויך ניט צולאָזן דעם געדאַנק וועגן דעם.

און די איינציקע דערקלערונג איז געווען — "כך עלה במחשבה (העליונה)", וואָס איז אייגנטלעך גאָר ניט קיין ערקלערונג. פונדעסטוועגן האָט עס ניט אָפּגעשוואַכט די אמונה באַ משה רבנו און באַ אַלע אַנדערע אויטענטישע פרעגער און מאָנער. אדרבה, דאָס האָט נאָך פאַרשטאַרקט זייער אמונה, ווי מיר געפינען דאָס בפירוש באַ איוב'ן; אַזוי אויך באַ אברהם אבינו, וואָס איז ניט נאָר געבליבן פעסט באַ זיין אמונה, נאָר האָט אויך געקענט אויסשטיין אַלע נסיונות; און אַזוי אויך די אַנדערע "רעבעלען" זיינען געבליבן טיפע מאמינים ביז צום לעצטן טאָג פון זייער לעבן.

איך גלויב, אַז איר וועט מיט מיר מסכים זיין, אַז עס [איז] ניט געווען סתם אַ צופאַל דאָס וואָס די אַלע אויטענטישע פרעגער זיינען געבליבן באַ זייער אמונה; נאָר אַז עס האָט גאָר אַנדערש ניט געקענט זיין. וואָרום, אויב נאָר מ'מיינט די קשי' מיט אַן אמת, און זי איז דער אויסדרוק ותוצאה פון אַן אמת'ן געפיל פון צדק און יושר, איז דאָך פאַרשטענדלעך, אַז אַזאַ טיפער געפיל קען קומען נאָר פון דער איבערצייגונג, אַז דער אמת'ער צדק איז דער צדק וואָס שטאַמט פון אַן איבערמענטשלעכן מקור, דאָס הייסט, וואָס איז העכער סיי פון דעם מענטשלעכן שכל און סיי פונם מענטשלעכן געפיל. דערפאַר רירט די קשיא אָן ניט נאָר רגש און שכל, נאָר אויך זיין פנימיות און עצם מציאות.

אָבער נאָך דעם ערשטן שטורמישן אַרויסטריט, מוז ער זיך כאַפּן אַז דער גאַנצער צוגאַנג פון שטעלן די קשיא און פון וועלן פאַרשטיין מיטן שכל דאָס וואָס

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.