250
צוזאַמען מיט דער באַשטעטיקונג, געפין איך אָבער פאַר מיין פליכט, ווי שווער דאָס זאָל ניט זיין, אויסצודריקן מיין נעגאַטיווע שטעלונג צו נוצן די פּערזאָנען און געשעענישן פון אונזערע כתביקודש אין אַלעגאָרישע אויסטייטשונגען, בפרט אין דער ריכטונג וואָס פאַרטונקלט זייער ליכטיקייט און אויסדערוויילטקייט, אפילו ווען דאָס איז ניט געווען די כוונה פון דעם דיכטער.
מ'איז טאַקע געוואוינט, אַז אין פּאָעזיע ערלויבט מען זיך פאַרשידענע פרייהייטן. לויט מיין מיינונג אָבער, טאָר דאָס ניט באַנוצט ווערן צו די פּערזאָנען און שפּאַלטן פון תנ"ך, וועמענס לעבן און שאַפן האָט נאָך ביז היינטיגען טאָג אַן איינפלוס אויף אידן פון אַלע עלטער, און אַפילו אויף ניטאידן. דאָס פאָדערט צו היטן זיך פון אויסנוצן פּאָעטישע פרייהייט אפילו צו מאַכן זיי העכער ווי זיי ווערן געשילדערט אין תנ"ך, וואָס קען ברענגען דעם לייענער צום באַשלוס, אַז וויבאַלד אַ טייל פון דער באַשרייבונג איז אַ גוזמא, קען דאָך זיין אַז די גאַנצע זאַך איז איבערטריבן; שוין אָפּגערעדט דערפון אויב מען נוצט אויס די דערמאָנטע פרייהייט אין די אַנטקעגנגעזעצטע ריכטונג.
ווי אויבן דערמאָנט, איז מיר שווער מאריך צו זיין אין דעם, בפרט אַז מ'זעט פון דעם בוך אַז די כוונה פון דעם מחבר איז געווען אַ גוטע. דערצו איז דאָך בכלל ניט עטיש און קעגן מוסר היהדות צו פאַרשפּרייטן זיך אין קריטיק וועגן איינעם וואָס איז שוין אין עולם האמת. אָבער אַן אַלגעמיינעם "פּראָטעסט" האָט מען אויך ניט קיין רשות צו פאַרשווייגן.
דרך אגב, און אפשר איז דאָס ניט דרך אגב, איז געווען דערפאַר ספּעציעל אָנגענעם צו זען אין דער בייגעלעגטער ליד פון אייך — אין "קינדער זשורנאַל" — אַן אויסדרוק דוקא פון מסורהגייסט וואָס ווירקט אויף קינדער לייענער צו דערנעענטערן זיי צו דער ליכטיקייט פון שבת און אירע הייליקייטן.
(ממכתב כ"ב אייר, תשכ"ו)
... וכאן מקום אתי לאשר בתודה רבה גם קבלת כרך א' מחבורו "ישראל בגולה". וכדרך בני ישראל ארשה לעצמי לבא גם בזה בהערה, מיוסדת על השוני אשר בספרי גדולי ישראל — הראשונים וגם מימי הבינים, והוא אשר בנוגע לעניני תורה או ענינים הקשורים בתורה — דנים עליהם כאילו היו חלק מחיי היוםיום והזמן של זה הדן עליהם, וכדוגמת השקו"ט בעניני קדשים וטהרות כמה מאות שנים לאחרי חורבן בית המקדש, וכדומה. וכן לא רק בנוגע למפרשי המשנה וכולי, אלא אפילו בספרי שאלות ותשובות שגם בהם נמצאים כמה וכמה ענינים הדנים על דברים שאירעו לבני ישראל במדבר וכו'. מהאמור מובן, שכשמצטטים מספרים
מצוטט ב־1 עמודים
- אגרות קודש ח'תשעג לקו"ש חל"ג ע' 250
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.