249

געשטערט צו פאַרנעמען אפילו פירנדע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג דאָרטן. זעלבסטפאַרשטענדליך, ביז עס איז געקומען דער "עמעס"(ער) סאָציאַליזם.

(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)

... מען האָט געצויגן מיין אויפמערקזאַמקייט אויף אייער אַרטיקל וואָס איז אויך איבערגעדרוקט געוואָרן אין דער ארץישראל'דיקער פּרעסע, און דעם אָפּקלאַנג וואָס דער אַרטיקל האָט אַרויסגערופן באַ אַ טייל לייענער.

איך בין זיכער, אַז איר נעמט זיך ניט צום האַרצן דעם נייען אופן פון רעליגיעזער פאַרפאָלגונג, אָדער ריכטיקער, אַנטירעליגיעזע רעאַקציע. אָבער אַזוי ווי אומדירעקט בין איך אין דעם אויך פאַרמישט, דערמאָן איך עס אין דעם בריוו. דער עיקר אָבער וויל איך ניט באַהאַלטן מיין האָפנונג, אַז דער דערמאָנטער אַרטיקל, ווי אויך האָפנטלעך די צוקינפטיקע, וועלן דערמוטיקן די גאָר פילע מיטגלידער פון די "פאָרווערטס" קרייזן אַרויסצואווייזן, אָפן און אויסדריקלעך, די טיפע ענדערונג וואָס ס'איז פאָרגעקומען באַ זיי אין די לעצטע יאָרן אין צוזאַמענהאַנג מיט זייער שטעלונג צו די אידישע מקורות און טראַדיציעס. און באַ אַ טייל פון זיי איז דאָס אפשר גאָר קיין ענדערונג ניט, ווייל זיי האָבן שטענדיק געהאַט אַ פּאָזיטיווע שטעלונג צו די פראַגען.

אגב איז די גאַנצע טענה מיר אומפאַרשטענדלעך, וואָרום נאָך אין מיטן ברען פון דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָב איך געקענט פּערזענלעך פיל סאָציאַליסטן, און צווישן זיי אויך גאָר ראַדיקאַלע, וועלכע זיינען געווען טיףרעליגיעזע מענטשן שומרי תורה ומצוה, שטאָלצירנדיק דערמיט און גלייכצייטיק פאַרנעמענדיק פירנדע פּאָזיציעס אין דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין רוסלאַנד. אויב עס זיינען נאָך דאָ אַזעלכע וועלכע זעען דאָ אַ קאָנפליקט פון גרונטאידייען, קומט עס פּשוט פון אומוויסן, אד"ג.

(ממכתב י"ג ניסן, תשכ"ג)

איך באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון דעם בוך פון אייער מאַן. . און איך דאַנק אייך פאַר דער אויפמערקזאַמקייט.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.