248

איך דאַנק אייך פאַר אייער בריוו פון כ"ה אדר, וואָס איך האָב זיינערצייט ערהאַלטן אין ענטפער אויף מיין בריוו.

אין מיינע פריערדיקע באַמערקונגען וועגן דער "לייכטערער" זייט פון דער צייטונג, בין איך, זעלבסטפאַרשטענדלעך, אויסן געווען ניט אַזוי די פּאָפּולערע וויסנשאַפטלעכע אַרטיקלען ווי די בעלעטריסטיק פון אַ באַשטימטן סאָרט. אָבער אויך אין באַצוג צו פּאָפּולערע וויסנשאַפטלעכע אָפּהאַנדלונגען פאָדערט זיך אַ פאָרזיכטיקער צוגאַנג. אין געוויסע געביטן קען אַ פּאָפּולערע אָפּהאַנדלונג זיין ווייניקער געוואונשן ווי אומוויסן, ספּעציעל אין דעם געביט וואָס ווערט דערמאָנט אין בריוו, וואו אַ פרייע אָפּהאַנדלונג אויף די שפּאַלטן פון אַ צייטונג קען אָפט אַרויסרופן אַ ניטגעוואונשענע נייגיריקייט און צייטנווייז אפילו קראַנקהאַפטע פּסיכאָלאָגישע נייגונגען און פאָלגען. עס וועט פאַר אייך ניט זיין קיין נייעס אָנצואווייזן, אַז עס זיינען פאַראַן גאָר פיל פאַלן, וואו צייטונגס אַרטיקלען אויפן געביט פון פּסיכאָאַנאַליזע, אָדער, למשל, קאנסער פאָרשונג, האָבן געבראַכט צו נערווייאישע אָנשטרענגונגען, איינרעדענישן און גאָר ערנסטע פאָלגען.

אָבער דער עיקר איז מיין כוונה געווען אָפּצושטעלן זיך אויף דער בעלעטריסטיק, און צו מאַכן קלאָרער וואָס עס האָט אַרויסגערופן מיין קריטיק, לעג איך דאָ ביי אויסשניטן פון צייטונגען, וועלכע זיינען מיר לעצטענס געקומען צו דער האַנט. — ניט בייגעלייגט, כדי אויסמיידן "פּערזענליכקייטאָנגריף". כ'גלייב ס'איז קלאָר גענוג אויך אָן דעם.

איך האָף, אַז ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן נאָכאַמאָל, וואָס איז קלאָר אַרויסגעבראַכט געוואָרן אין מיין פריערדיקן בריוו, אַז מיין אָבזיכט איז ניט חלילה צו זוכן פעלערן, אָדער צו פּאָלעמיזירן ווער ס'איז גערעכט אָדער אומגערעכט, נאָר צו דערפילן מיין פליכט צו באַמיען זיך צו פאַרבעסערן וואָס נאָר מעגלעך אין אַ געביט וואָס איז נוגע דעם רבים.

באַ דער געלעגנהייט וויל איך צוגעבן אַ וואָרט וועגן דעם אָפּקלאַנג וואָס דער אַרטיקל פון ה' מנחם פלאַקסער האָט אַרויסגערופן באַ אַ טייל לייענער. איך גלויב, אַז איר וועט מיט מיר מסכים זיין, אַז אין די לעצטע יאָרן איז פאָרגעקומען אַ טיפע ענדערונג אין דער באַציאונג און אין די געפילן פון גאָר פילע מיטגלידער פון די "פאָרווערטס" קרייזן צו אונזער רעליגיע און טראַדיציעס. באַ אַ טייל האָט אפשר קיין ענדערונג ניט געדאַרפט פאָרקומען, ווייל זיי האָבן שטענדיק אַזוי געהאַלטן און געפילט, כאָטש ס'איז ניט געווען אין דער מאָדע דאָס אַרויסצואווייזן. איך האָב קיינמאָל ניט געהאַלטן, אַז ס'מוז זיין אַ קאָנפליקט צווישן אַ אידישסאָציאַליסטישע וועלט השקפה און אַ טראַדיציאָנעלן רעליגיעזן דענקען און אַרט לעבן. איך האָב אין רוסלאַנד, אין מיטן ברען פון דער רעוואָלוציע, פּערזענלעך געקענט פילע סאָציאַליסטן, צווישן זיי אויך גאָר ראַדיקאַלע, וועלכע זיינען געווען שומרי תורה ומצוה אין פולן זין פון וואָרט, און האָבן שטאָלצירט דערמיט און דאָס האָט זיי ניט

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.