247
רעווידירען זייער לעבן צי איז עס ניט געווען געבויט אויף אַ טעות,
און באַ אַ גאָר באַדייטנדער טייל פון זיי — ניט נאָר טעאָרעטיש, נאָר אויך אין פּראַקטישן, טאָג טעגלעכן לעבן. פאַרשטייט זיך, אַז דער איבערגאַנג פון איין אַרט לעבן צו אַ צווייטן קומט געוויינלעך ניט פאָר מיט איין שפּרונג, אָבער אַן ערנסטע ווענדונג אין דער ריכטונג איז צו מערקן — אָן צווייפל.
אַרויסגייענדיק פון די אויבנדערמאָנטע פּונקטן, און נעמענדיק אין אַכט, אַז אַ צייטונג דאַרף זיין עמפפינדלעך צו אַזוינע באַוועגונגען, און נאָך פריער ווי "דער מענטש אין גאַס",
(א) מוז איך אויסדריקן מיין גרויסע ענטוישונג וואָס אייער צייטונג שפּיגלט ניט אָפּ, לויט מיין מיינונג, די דערמאָנטע גייסטיקע אויפלעבונג, און ניט נאָר ניט אין דער פולסטער מאָס, נאָר אפילו ניט אין אַ גענוגנדער מאָס; ניט אין דער אָפּטיילונג פון די נייעס רעפּאָרטאַזשן, ניט אין דער אָפּטיילונג פון די וויסנשאַפטלעכע און געזעלשאַפטליכע געשעענישן.
(ב) אַ ספּעציעלע פאַרוואונדערונג, געמישט מיט צער, רופט אַרויס די "לייכטערע" טייל פון דער צייטונג, די טייל וואָס באַצוועקט צו אונטערהאַלטן און פאַרוויילן, נעמלעך די ראָמאַנען, דערציילונגען, אד"ג. און כאָטש ס'איז לגמרי ניט מיין שיטה צו אָנרירן פּריוואַטע מענטשן, און בפרט אַזעלכע וועלכע זיינען מיר פּערזענלעך ניט באַקאַנט, אָבער וויבאַלד אַז די פראַגע רירט אָן דעם כלל פון די לעזער פון דער צייטונג, מוז איך אויסדריקן מיין טיפען צער וואָס אַ טייל פון דעם דאָזיקען מאַטעריאַל טראָגט — צווישן אונז גערעדט — אַ פאָרנאָגראַפישן כאַראַקטער, און דעם דייטלעכן שטעמפּל פון שונד ליטעראַטור.
איך האָף, אַז איר וועט אויפנעמען מיינע באַמערקונגען לויט דער כוונה מיט וועלכע זיי זיינען געמאַכט געוואָרן ניט צו "טשעפּן" זיך און פאַרפירן אַ מחלוקת — נאָר מיט דער האָפענונג אַז אפשר וועלן זיי בריינגן אַן ענדערונג און אַ פאַרבעסערונג אין די אויבן אָנגעצייכענטע געביטן.
ליידער זיינען די דערמאָנטע באַמערקונגען גילטיג אויך בנוגע אייניגע אַנדערע אידישע צייטונגען, אָבער וועגן יענע דאַרף'ן דאָך ניט מאָנען באַ אייך.
עס וועט מיר פרייען צו הערן אייער אָפענהאַרציגע רעאַקציע אויף מיינע באַמערקונגען. און נאָך מער וואָלט מיר געפרייט צו הערן, אַז די באַמערקונגען ברענגען פּראַקטישע רעזולטאַטן.
(ממכתב י"א אדר, תשכ"ג)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.