246
שטיצט זיך נאַטירלעך אויף דער הלכה, איז ענטשיידנד און לאָזט ניט קיין אָרט אויף ספיקות אין דער זאַך.
מיט אַכטונג און וואונש
פאַר אַ פריילעכן פּורים,
נ.ב. אַזוי ווי אַלץ איז לויט השגחה פרטית (און לויט דער שיטה פון חסידות, אפילו אין די קלענסטע איינצלהייטן), מוז איך אָננעמען, אַז אייער ווענדונג צו מיר, וואָס איך קען ליידער ניט אויסנוצן, ווי דערקלערט אויבן — האָט אָבער אַ פּאָזיטיווע טייל וואָס דאַרף יאָ אויסגענוצט ווערן באַ דער געלעגנהייט, בפרט אַז איך האָב שוין לאַנג וועגן דעם געטראַכט. עס האַנדלט זיך וועגן די אַלגעמיינע פונקציעס פון אַ צייטונג, ספּעציעל אַ אידישע צייטונג, און די אחריות וואָס זי טראָגט פאַר דעם כלל. איך וועל זיך דעריבער ערלויבן צו מאַכן די פאָלגנדע באַמערקונגען:
(א) די ערשטע אויפגאַבע פון אַ צייטונג איז, נאַטירלעך, צו אינפאָרמירן איבער די לויפנדע נייעס. און כאָטש אויבןאויף גענומען איז דאָ ניט שייך אַ ספּעציעלע שיטה, אָבער נעמענדיק אין אַכט אַז יעדע צייטונג האָט אירע פּראַקטישע באַשרענקונגען און ס'איז דאָך אונמעגלעך צו געבן אַלע נייעס און אין דער פולער מאָס, מוז די צייטונג אָננעמען אַ שטעלונג, סיי אין באַצוג צו דעם אויסוואַל פון די נייעס, וואָס צו דרוקן און וואָס ניט, סיי לגבי דעם אָנגעזעענעם אָרט וואָס דאַרף געגעבן ווערן צו די אָדער יענע נייעס, שוין אָפּגערעדט פון דער רעדאַקציע און אויסטייטשונג פון די נייעס — וואָס דאָס אַלעס גיט יעדער צייטונג איר ספּעציפישן כאַראַקטער און איר אייגענע שיטה און וועלט השקפה.
(ב) די צייטונגען, ווי זיי ווערן אַרויסגעגעבן לפועל, אַנטהאַלטן אויך אונטערהאַלטונגס מאַטעריאַל און וויסנשאַפטלעכע אַרטיקלען, וואָס ביידע האָבן אַ גאָר גרויסע דערציערישע באַדייטונג. בפרט אין אַזאַ טומלדיקע וועלט ווי אַמעריקע, וואו גאָר ברייטע קרייזן לייענער שעפּן כמעט זייער גאַנצע אינפאָרמאַציע און וויסן פון די צייטונגען.
(ג) עס איז אויך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז אַ אידישע צייטונג, בפרט אַ צייטונג וואָס דערשיינט אין ניויאָרק, דאַרף פּראָמינענט באַקאַנט מאַכן דעם לייענער מיט דעם גייסטיקן קלימאַט אין דער אידישער גאַס.
נאָך דער הקדמה קום איך צו "תכלית": זיכער ווייסט איר וועגן דער ברייטער דערוועקונג און זוכעניש אין באַצוג צו אמת אידישע ווערטן און אידישקייט בכלל וועלכע זיינען אויפגעקומען באַ דער אידישער יוגענט און אויך באַ אַסך פון שוין ניט יונגע אין יאָרען, אָבער יונגע אין דער הינזיכט פון ניט שרעקן זיך פון דאָס ניי
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.